אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פערל הארבער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''פערל הארבער''' איז א [[פארט|האפן]] וואס געפינט זיך אויף אן [[אינזל]] אין [[האוואי]], [[פאראייניגטע שטאטן]], וואו עס האט זיך געפונען א [[מיליטער]]ישער באזע, און אמעריקע האט זיך אין אנהויב געהאלטן [[נייטראל]] אין דער [[צווייטער וועלט מלחמה]], אבער שפעטער האט [[יאפאן]] אנגעפירט דארטן אן [[אטאקע]] אויף דער אמעריקאנער באזע, אום [[7טן נאוועמבער]] [[1941]]. און דאן האט אמעריקע ערקלערט קריג אויף יאפאן, און [[דייטשלאנד]] האט אלס יאפאן'ס פארבינדעטע דערקלערט [[קריג]] אויף אמעריקע.
 
די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן אין צוויי פאזעס, די ערשטע כוואליע יאפאנעזע [[קריגס עראפלאנען]], האבן אטאקירט אום 7:51 אינדערפרי, 183 [[קריגס עראפלאנען]] האבן טיילגענומען אינעם אטאקע. שפעטער 8:30 איז די צווייטע כוואליע אנגעקומען פון 170 עראפלאנען, און האט באמבאדירט די [[שיפן]], וואס זענען געווען געאנקערט ביי די פארט.
 
די [[אריזאנע קריגס שיף]] האט געכאפט א דירעקטע [[באמבע]], אויפן אמוניציע אפטיילונג פונעם שיף, די שיף האט אויפגעריסן, און געזינקען עטליכע סעקונדעס דערויף, נאך ניין שיפן האבן געזינקען, און איין און צוואנציג זענען שטארק געשעדיקט געווארן, דריי פון די געשעדיקטע שיפן אוממעגליך איבערצובויען.