אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טעראריזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 30:
די [[היידזעקינג]] פון פליגער אין איר היינטיגע פארמען איז געקומען צום אינטערנאציאנאלע באמערקונג אין די 60'ער יארן דורך פאלעסטינער מיליטאנטן.
 
דער ערשטער פון די איז געווען דאס פארכאפונג פון אן [[אל על]] עראפלאן אויפ'ן וועג קיין רוים דורך מיטגלידער אין דער פי.עף.על.פי. ([[פאפולערער פראנדפראנט פאר פרייהייט פון פאלעסטינע]]). דער פליגער איז פארקירעוועט געווארן קיין אלדזיערס, און נאך פערציג טעג פארהאנדלונגען זענען די פאסאזשירן און די היידזעקערס ארויס פריי. דאס איז געווען דאס איינציגע געלונגענע פרואוו צו היידזעקן אן [[אל על]] פליגער.
 
אויף [[סעפטעמבער 6]], [[1970]]-[[תש"ל]], אין דער טאג וואס איז פיל יארן באקאנט געווען אלץ "דער שווארצטער טאג אין אוויאציע", האבן מיטגלידער אין דער [[פי.עף.על.פי.]] געפרואווט היידזעקן פיר עראפלאנען אינאיינעם. אלע זענען געווען אויפ'ן וועג קיין ניו יארק. נאר דריי איז זיי געלונגען צו כאפן: א [[טי.דאבליו.עי]]. פליגער פון [[פראנקפורט]], א [[סוויס עיר]] פליגער פון [[צוריךציריך]], און א [[פען עם]] פליגער פון [[אמסטערדאם]]. א פערטער, אן [[אל על]] פליגער פון [[אמסטערדאם]] איז דורכגעפאלן ווען באוואפנטע וועכטער אויפ'ן פליגער האבן געהרג'עט איינס פון די היידזעקערס און איבערגעשטארקט איבער דעם צווייטן.
 
צוויי פון די פליגערס האבן געלאנדעט אין א ליידיגן [[לופט פעלד]] אין א [[מדבר]] אין [[ירדן]]. די אידישע און ישראל'ישע פאסאזשירן זענען געהאלטן געווארן אין דעם פליגער, און דאס רעשט זענען געווארן צוטיילט איבער עטליכע פלעצער אין ירדן. פילנדיג אז דאס איז א דירעקטע סכנה אויף זיין הערשאפט האט דער ירדנ'ישער [[כוסיין קעניג חוסייןפון יארדאניע]] אנגעהויבן אן אויספירליכן קאמפיין אנטקעגן פאלעסטינער מיליטאנטישע גרופעס אין [[ירדן]], וועלכע האט כמעט געפירט צו א ברייטערן קריג אין דעם ראיאן מיט [[ירדן]], [[מדינת ישראל]], [[סיריע]], און [[איראק]].
 
צום סוף אבער זענען די פארלאנגען פון די היידזעקערס געווארן ערפילט: די ישראל'ישע רעגירונג האט ארויסגעלאזט די [[פי.עף.על.פי.]] ארעסטאנטן, און די האסטעדזעס זענען ארויס פריי אויף [[סעפטעמבער 28]].
 
 
====ענטעבי====