אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קלאד מאנע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אַ נײַער אַרטיקל: קלאָד מאָנע...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 19:49, 22 אָקטאָבער 2009

קלאָד מאָנע (פֿראַנצױזיש: Claude Monet) איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פֿון די גרינדערס פֿונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ. ער איז געבױרן געװאָרן דעם 14טן נאָװעמבער 1840 אין פּאַריז (פֿראנקרײַך) אין דער משפּחה פֿון אַ שפּײַזקרעמער. זײַן מוטער איז געװען אַ זינגערין.

אין זײַנע בילדער האָט קלאָד מאָנע געשילדערט פֿאַרבנרײַכע אימאַזשן פֿון דער נאַטור, דאָרפֿישע און שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן. אין 1872 האָט ער געשאַפֿן זײַן באַרימטן לאַנדשאַפֿט-בילד "אַן אײַנדרוק: דער זון-אױפֿגאַנג" (Impression: soleil levant). דער טיטל פֿון אָט דעם װערק איז שפּעטער געװאָרן דער נאָמען פֿון דער גאַנצער אימפּרעסיאָניסטישער קונסט-באַװעגונג.

קלאָד מאָנע איז נפֿטר געװאָרן דעם 5טן דעצעמבער 1926 אינעם שטעטל זשיװערני (Giverny), אין נאָרמאַנדיע. זײַן קבר געפֿינט זיך דאָרטן אױפֿן קלױסטער-צווינטער.