אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

מ
באט צוגעלייגט: ceb:Hagada; שינויים קוסמטיים
(קעפל ראנג )
מ (באט צוגעלייגט: ceb:Hagada; שינויים קוסמטיים)
[[בילדטעקע:Kaufmann Haggadah p 014.jpg|לינקס|ממוזער|250px|א בלאט פון דער קויפמאן הגדה]]
די '''הגדה של פסח''' שטאמט פון אן אוראלטן מדרש וואס ווערט שוין דערמאנט אין דער משנה. ([[מסכת פסחים]], פרק י)
 
 
 
== הא לחמא עניא ==
אין דער צייט ווען די יודן זענען געווען אין [[גלות בבל]], האט מען זיך געפירט אז ערב פסח נאכמיטאג האט מען אויסגערופן אין די גאסן אז דער וואס האט נישט קיין געלט קען קומען אין די הייזער פון די "עשירים" צו עסען די סעודת יו"ט. כדי זיי נישט צו פארשעמען אז זיי גייען סתם עסען ביי א צווייטע מענטש האט מען אויסגערופען אז מען זאל גיין מקיים זיין די מצוה פון עסען מצה ביי א צווייטען, און אזוי וועט נישט אויסזעהן ווי זיי גייען סתם עסען, נאר זיי גייען מקיים זיין עפעס א מצוה. ווען מען איז צוריק קיין [[ירושלים]] האט מען ווייטער אנגעהאלטען מיט די שיינע מנהג נאר מען האט צוגעלייגט אז מען קען אויך מקיים זיין די מצוה פון זיך ממנה זיין צו א "קרבן פסח". דערפאר זאגן מיר דעם "הא לחמא עניא" כדי צו געדענקען דעם שיינעם מנהג:
 
 
 
== סיפור יציאת מצרים ==
עס איז דא א מצות עשה אין דער נאכט פון פסח צו דערציילען די ניסים פון יציאת מצרים, און כדי צו מעורר זיין דעם מענטש צו די דערציילונגען אז מען זאל נישט דארפען ווארטען ביז דעם סוף פין די הגדה צו הערען די מעשה, האט דער בעל ההגדה מסדר געווען אין אנהייב ענינים וואס טוען כולל זיין דער גאנצער סיפור בקיצור, ווי מיר זעהן די "דראסטישע פארקערטקייטען" אז דא זענען מיר געווען קנעכט און צום סוף זענען מיר געווארען גרינטלעך פריי. דער וועג וואס דער בעל ההגדה האט דאס ארויס געברענגט איז דורך א קשיא און א תירוץ. אין די ערשטער צוויי קשיות ווייזען מיר אז אין די נאכט טוען מיר זאכען וואס ווייזען אויף קנעכטשאפט און די אנדערע צוויי קשיות ווייזען מיר אז מיר טוען זאכען וואס ווייזען אויף פרייהייט, איז דאך דאס א סתירה, זענען מיר פריי אדער זענען מיר קנעכט? און בכלל ווען מען איז מסביר אן ענין בדרך שאלה ותשובה ווערט דאס קלאהר ארינגעקריצט אין הארץ:
 
 
== מה נשתנה ==
מַה נִּשְׁתַּנָּה הַלַּיְלָה הַזֶּה מִכָּל הַלֵּילוֹת: פארוואס איז אנדערש די נאכט פון פסח פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר, וואס מיר טוען דאך פארשידענע ענדערונגען וואס זענען זיך סותר, צוויי זאכען טוען מיר וואס ווייזען עבדות און אנדערע צוויי זאכען טוען מיר וואס ווייזען אויף פרייהיייט, דער ערשטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין חָמֵץ וּמַצָּה. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר אדער חמץ אדער מצה הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלּוֹ מַצָּה: אבער די נאכט פון פסח עסען מיר נאר מצה, און מצה ווייזט דאך אויף ארימקייט, דער צווייטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין שְׁאָר יְרָקוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר אלע ערליי גרינצייגען הַלַּיְלָה הַזֶּה מָרוֹר אבער די נאכט פון פסח עסען מיר מרור, וואס דאס ווייזט דאך אויף עבדות. טרעפען מיר דערווייל צוויי זאכען וואס מיר טוען וואס ווייזען אויף עבדות, דער דריטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אֵין אָנוּ מַטְבִּילִין אֲפִילוּ פַּעַם אֶחָת. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר טונקען מיר נישט איין אפילו איין מאהל הַלַּיְלָה הַזֶּה שְׁתֵּי פְעָמִים: אבער די נאכט פון פסח טונקען מיר איין צוויי מאהל, איין מאהל כרפס אין זאלץ וואסער, אוין איין מאהל מרור (גרינס פון חריין) אין חרוסת, קומט דאך אויס אז מיר טוען דא א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט, דער פערטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין בֵּין יוֹשְׁבִין וּבֵין מְסֻבִּין. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסען מיר סיי זיצענדיג און סיי אנגעלענט הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלָּנוּ מְסֻבִּין אבער די נאכט פון פסח עסען מיר אלע אנגעלענטהייט קומט דאך אויס אז מיר טוען שוין ווייטער א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט? איז וואס טוט זיך דא, זענען מיר קנעכט אדער זענען מיר פריי?
 
 
 
== עבדים היינו ==
עֲבָדִים הָיִינוּ קנעכט זענען מיר געווען לְפַרְעֹה צו פרעה וואס איז געווען א מלך קשה בְּמִצְרָיִם אין מצרים וואס איז געווען א מדינה קשה. און דאס איז דער טעם פארוואס מיר מאכען סימנים פון עבדות. און נאכדעם איז געווען: וַיּוֹצִיאֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ מִשָּׁם דער אייבערשטער האט און ארויס גענומען פון דארט, בְּיָד חֲזָקָה מיט א שטארקע האנט וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה, און מיט א אויסגעשטרעקטע ארעם. און דאס איז דער טעם פארוואס מיר מאכען סימנים פון חירות.
 
 
 
== הגדה של פסח ==
יעצט גייט דער בעל ההגדה ברענגען א ראי' אז אפילו מען איז א חכם ונבון איז נאך אלץ דא א חיוב פון מרבה זיין בסיפור יציאת מצרים:
 
[[he:הגדה של פסח]]
[[de:Haggada]]
[[ceb:Hagada]]
[[cs:Hagada]]
[[da:Haggada shel Pesach]]
27,768

רעדאקטירונגען