אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדוניהו"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: el:Αδωνίας
אין תקציר עריכה
שורה 3:
ווען דוד המלך איז געווען זייער אלט, האָט אדוניהו געוואלט איבערנעמען דאס [[קעניגרייך]] פון דוד (אדוניהו איז דעמאלט געווען א בן-בכור נאך וואס זיינע 3 עלטערע ברידער זיינען געשטארבן), און וויבאלד זיין טאטע האט אים קיינמאל פארדעם נישט געזאגט אנדערש ווי אים, האט ער געטראכט אז ער וועט זיך דערקלערן קעניג און אזוי וועט עס בלייבן, דער טאטע וועט בע"כ מסכים זיין. און דערפאר האט ער געפראוועט א גרויסע [[סעודה]] מיט [[שאף]] און [[רינדער]] פאר זיינע אלע ברידער און פאר די [[קנעכט]] פונעם [[קעניג]], אויך האט ער געבריינגט צום סעודה [[יואב בן צרויה]] און [[אביתר הכהן]]. דער צוועק פון די סעודה איז געוועזן זיך צו דערקלערן אלץ קעניג מיט די שטיצע פון יואב און אביתר. אבער זיין קאנקארענט [[שלמה המלך|שלמה]] מיט זיינע מענטשן ([[נתן הנביא]], [[צדוק הכהן]], [[בניהו בן יהוידע]], [[שמעי]] אונד [[רעי]]) האט ער נישט געלאדנט. אויך האט ער איינגעשאפט וועגענער מיט רייטער ווען 50 מאן לויפן אים פארויס ווי דער שטייגער ביי וועלטלעכע קיסרים.
 
ווען [[בת שבע]] (שלמה'ס מאמע) האט געהערט דורך [[נתן הנביא]] אז אדוניהו פרוווּטנעמט איבערנעמען איבער די מלוכה, האט זי געלאפן געשווינד צו דוד בעטן אים זאל קרוינען איר זון [[שלמה המלך|שלמה]] צו מאכן קעניג.
 
און אזוי איז טאקע געוועזן, דוד האט געקרוינט שלמה אלץ א קעניג.<ref>ווי עס שטייט אין ([[מלכים]] פרק א'):