אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זעקסטאגיקע מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
איך האלט אינמיטן פארבעסערן
שורה 1:
[[בילד:Soldiers Western Wall 1967.jpg|left|thumb|250px|[[צה"ל]] באלד נאכן אייננעמען דעם [[הר הבית]]]]
די '''זעקסטאגיקע מלחמה''' (העברעיש: '''מלחמת ששת הימים''') איז געווען דער [[קריג]] צווישן [[ישראל]] קעגן [[מצרים]], [[יארדאניע]], [[סיריע]] מיט הילף פֿון [[איראק]]. די מלחמה האט זיך אנגעהייבן [[כ"ז סיוןאייר]] [[ה'תשכ"ז]] (יולייוני 5, 1967) און זי האט זיך געצויגן 6 טעג. אין דער מלחמה האט ישראל געזיגט. ישראל האט איינגענומען ריזיקע שטחים וואס האט פארגרעסערט דעם שטח פון ישראל דריי מאל אזוי פיל ווי ישראל איז געווען פאר דער מלחמה. צווישן די שטחים וואס ישראל האט איינגענומען, איז אריינגערעכנט: [[סיני]], [[עזה ראיאן]], [[רמת הגולן]], [[יהודה ושומרון]] (מערבֿדיקן ברעג פון פאלעסטינע) און מזרח־[[ירושלים]].
 
ביי דער מלחמה האט [[משה דיין]] געדינט ווי דער [[זיכערהייטס מיניסטער]] נאך וואס דער [[פרעמיער מיניסטער]], [[לוי אשכול]], האט אים געמוסטגעמוזט שענקען די שטעלע (כאטש וואס משה דיין האט באלאנגט צו דער [[אפאזיציע]]) צוליב דעם וואס [[יגאל אלון]] האט דאן פארברענגט ביי א קאנגרעס אין די [[ראטן פארבאנד]], [[שעף פון גענעראל שטאב]], איז געוען [[יצחק רבין]].
 
== די אורזאכן צו דער מלחמה ==
די קריג האט אויסגעפלאצט אלס די געשפאנקייט וואס האט גהערשט צווישן ישראל מיט די [[אראבער|אראבישע]] מדינות בכלל און סיריע בפרט וועגן דער קריג אויף די וואסער־קוואלן פונעם [[טייך ירדן]]. אויך איז דער קריג אנטוויקלט געווארן נאך וואס [[נאסער]] (פרעזידענט פון [[מצרים]]) האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין [[סיני]] און פארשיקט פון דארט די [[יו ען]] כדי צו אנשרעקן [[ישראל]].
 
== די ווארטן פעריאד ==
איידער ישראל האט באשלאסן, ארויסצוגיין אין א קריג, איז [[אבא אבן]], ישראלס אויסערן מיניסטער, געפארן צו די וועלטס לענדער, צו
קריגן א דיפלאמאטישע ענטפער, צום קריזיס, [[פראנקרייך]] איז געווען פאררעכנט אלס ישראלס נאנסטע פריינט, און דערפאר איז אבן אהין
געפארן, זיך איבעררעדן מיט [[שארל דע גאל]], דע גאל האט געווארנט אבן, אויב ישראל וועט אנפאנגען די קריג, דרנאך איז אבן געפארן קיין [[ענגלאנד]], און קיין [[אמעריקע]], ווי ער האט זיך געטראפן מיט [[לינדאן זשאנסאן]], דער [[פרעזידענט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]].
 
לוי אשכול, האט געהאלטן א רעדע פארן פאלק, אויף די ראדיא, זיין ראטגעבער האט פאראכטן גרייזן אויפן פאפיר, און אשכול איז צומישט געווארן, נישט פארשטייענדיק וואס ער האט געליינט, און ער האט געשטאלפערט אינמיטן די רעדע, די פאלק איז געווארן פיל מיט אנגסט און שרעק, זענדיק אז דער פרעמיער אליינס איז דערשראקן, מענטשן האבן מורא געהאט, אז דאס איז נאך א חורבן, און די רבנים האבן מקדש געווען בתי עלמין, מיט א חשבון פון צענדליקע טויזענטע טויטע.
 
דעמאלט האט די פאלק פארלאנגט פון אשכול, א פאראייניגטע רעגירונג, פון אלע פארטייען, [[מנחם בעגין]], איז געווארן א מיניסטער, און זיין פארטיי, איז אריין צום ערשטע מאל אין די קאאליציע.
 
== דער אטאקע ==
== דער איינפלוס פון דער קריג ביז היינט ==
ביז היינט עקזיסטירט אין ישראל א טיפע [[מחלוקת]] וועגן דער מלחמה, ווייל די [[לינקע]] באטראכטן די רעזולטאטן פון דער מלחמה ווי דעם מקור פון אלע פראבלעמען צווישן ישראל מיט די אראבישע לענדער און שטעלט אין סכנה די עצם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל. און זיי האלטן אז ישראל דארף מאכן [[שלום]] לויט די דעלעגאציע פון דער [[אראבישע ליגע|אראבישער ליגע]] לויטן יסוד פונעם [[סאודישן פלאן]].