אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קארפאטארוס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: א געביט, אין די קארפאטן בערג, וואס פארן ערשטע וועלט מלחמה, האט עס געהערט צו אונגארן, צווישן די …
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 11:40, 5 יוני 2009

א געביט, אין די קארפאטן בערג, וואס פארן ערשטע וועלט מלחמה, האט עס געהערט צו אונגארן, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, צו טשכאסלאוואקיי, און דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה צוריק צו אונגארן, היינט געהערט עס צו אוקראינע.

ביי די מלחמה האבן געוווינט אין קארפאטרוס 75,000 יידן, ביז ווען די נאציס האבן איינגענומען אונגארן, איז דאס לעבן געווען געהעריג, ארויסהעלפנדיק פוילישע און סלאוואקישע געראטעוועטע, מיט דעם אלעם, זענען 18,000 יידן פארטריבן געווארן, מיטן אויסרייד אז זיי זענען אויסלענדישע בירגער, רוב פון די פארטריבענע זענען אומגעקומען אין גאליציע.

דאס יידישע געמיינדע אין בודאפעסט, האט געברענגט דער גירוש צו אן ענדע, און א טייל פון די יידן זענען צוריק געקומען.

ווען די נאציס האבן איינגענומען אונגארן, זענען די קארפאטישע יידן געווען די ערשטע צו פארשיקט ווערן, אכציג פראצענט פון די קארפאטישע יידן, זענען אומגעקומען ביים קריג.