אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאהאד בין אבדול אזיז"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: arz:فهد بن عبد العزيز
מ באט צוגעלייגט: ca:Fahd bin Abdelaziz; שינויים קוסמטיים
שורה 4:
פאהאד איז געבוירן אין 1921 צו זיין פאטער אבדול אזיז דער ערשטער קעניג פון די מאדערנע סאודיע אראביע און האט געלערנט אין א ספעציעלע סקול וועלכע זיין טאטע האט געגרינדעט פאר די מיטגלידער פון די קעניגליכע פאמיליע וואו מען האט זיי געלערנט וועגן איסלאם און די מאכט און פירערשאפט פון די קעניגרייך. ווען פאהאד איז אלט געווען ניין יאר האט ער מיטגעהאלטן וויאזוי זיין טאטע ווערט געקרוינט קעניג פון סאודיע אראביע נאכדעם וואס דאס לאנד איז געווארן זעלבסטשטענדיג פון די בריטישע אימפעריע אין דעם היסטארישן טריטי אוו דזשעדא. פאהאד האט אין די יונגע יארן נישט געהאט קיין אינטערעסע אין די קעניגרייך און האט זיך ארומגעדרייט אין אייראפע צו מאכן א לעבן מיט מיליאנען דאלארן אין טאש וועלכע ער האט באקומען פון זיין טאטענ'ס מלוכה. אינדערצווישן איז זיין טאטע געשטארבן און זיין עלטערער ברודער פעיסאל איז געווארן קעניג.
 
ביי די 25 יאר איז ער איינגעלאדענט געווארן דורך זיין ברודער דער קעניג וועלכער האט אים צוגעזאגט א צוקונפט אין די מאנארכיע אויב ער לאזט אפ זיין שוואוילטאג לעבן. ער האט באלד באקומען א פאסטן און א יאר דערויף איז ער געווען דער סאודיע אראביע שליח אין דער ערשטער עפענונג סעסיע פון די גענעראלע אסעמבלי פון די [[יונייטעד נעישאנס]] אין ניו יארק אין 945'. אין 953' איז ער באשטימט געווארן דורך זיין ברודער אלס דער ערציאונג'ס מיניסטער. נאך עטליכע יאר איז ער דערהויבן געווארן אלס דער אינערליכער מיניסטער און נאך עטליכע יאר שפעטער איז ער שוין געווען דער דריטער אין אמט אלס דער צווייטער דעפיוטי מיניסטער.
 
פעיסאל איז אומגעבראכט געווארן אין 975' (אן אינערליכע פאמיליע קרוגעריי) און זיין ברודער קהאליד איז געווארן קעניג און פאהאד איז געווארן דער צווייטער אין ראנג אלס קרוין פרינץ און דעפיוטי פרעמיער מיניסטער. (עס איז געווען אן עלטערער ברודער אין די פאמיליע וועלכער האט זיך אנטזאגט פון די מאנארכיע). ווען קהאליד איז געשטארבן אין 982' איז פאהאד אויטאמאטיש געווארן קעניג און האט גענומען זיין האלבן ברודער, אבדולא, אלס קרוין פרינץ. פאהאד'ס פירערשאפט האט אנגעהאלטן ביז אין 95' ווען ער האט געליטן א שווערע סטראוק און האט אפיציעל איבערגעגבן די פירערשאפט פאר אבדולא אבער ער איז פארבליבן קעניג אין זיין ווילטשעיר.
שורה 45:
[[ast:Fahd bin Abd Aziz]]
[[bg:Фахд бин Абдул Азис]]
[[ca:Fahd bin Abdelaziz]]
[[cy:Fahd, Brenin Saudi Arabia]]
[[da:Fahd af Saudi-Arabien]]