אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל טייטלבוים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 25:
ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטען זיווג 3 טעכטער, אלע 3 זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין אירשאווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אלס מיידל, זי ליגט און [[סאטמאר]]. די צווייטע טאכטער האט געהייראט זיין ברודערס זוהן, ר' [[יקותיאל יהודה טייטלבוים (ב)|זלמן לייב טייטלבוים]], דער לעצטער רב פון סיגעט, דער זוהן פונעם עצי חיים, זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט איר שוועסטער זוהן, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זוהן פון ר' העניך מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט, זי ליגט און [[טבריה]].
 
און יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א [[הארץ]] קראנקייט, זי ליגט און סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטא פיגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל פון [[טשענסטכאוו]], [[פוילן]]. איר פאטער ר' אביגדור שפירא ז"ל איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטכאוו, אן אייניקל פונעם שרף פון [[מאגלניצא]] (וואס איז געווען אן איידעם פון דער מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. ר' יואל איז אריבערגעפארן קיין [[טשעבין]] לעבן קראקע, צו חתונה האבן מיט איר.
 
== רבנות==