אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏קאטעגאריע:מעלער: מער קלאר וואס איך וויל
שורה 34:
אפשר האט איר נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. אוודאי ביי ארטיקלען מאכט מען ווייטערפירונג בלעטער כדי ווען איינער זוכט מיט אפילו א פרעמדן אויסלייג וועט ער טרעפן וואס ער זוכט. אבער ''קאטעגאריעס'' מאכט מען נאר מיט געהעריגע נעמען. אזוי איז די שטייגער אין אלע וויקיפעדיעס. --<b>[[באנוצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 22:46, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)
: קודם כל שרייבט איר: ''אבער '''קאטעגאריעס''' מאכט מען נאר...'' דאס איז נישט ריכטיג [http://en.wikipedia.org/wiki/Category:Wikipedia_category_redirects זעה דא]
:::אבער איר דארפט אויך קוקן [[:en:Template_talk:Category_redirect|דא]], וועט איר זען אז דאס איז א גרויסער בדיעבד.--<b>[[באנוצער:פוילישער|פוילישער]]</b> 16:40, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
 
:ווייטער שרייבט איר: ''...נאר מיט '''געהעריגע''' נעמען''
: דער ווארט '''געהעריג''' איז א זאך וואס מ'ברויך זיך דורכרעדן - אז איינער זוכט אן ארטיקל אויף אן אנדערן אויסלייג איז נישט דייקא ווייל מען וויל דאס מאכן גרינגער צו זוכן, וויקיפעדיע איז נישט קיין גוגל זוך מאשין. עס איז אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן יעדן'ס אויסלייג צו ''שרייבן'' - נישט בלויז צו זוכן, אפילו לויט אנדערע איז דאס נישט א ''געהעריגע'' שריפט, אבער וויקיפעדיע באלאנגט פאר אלעמען. אויב פאר געוויסע אידיש שפראך באנוצער וואס זענען אין א מיעוט איז דאס יא ''געהעריג'' לאזן מיר דאס בלויז אלס רידיירעקט, וויבאלד רידיירעקטס זענען ממילא נישט קיין עול אויפן סיסטעם, קען מען זיך צושטעלן צו יעדן איינעם, ווייל דאס איז נישט קיין רוב מחליט נאר קאנסענסוס מחליט.