אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מלבי"ם"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ro:Malbim |
וואלינער עילוי, ערשטע חתונה |
||
שורה 1:
רבי '''מאיר לייבוש בן יחיאל מיכל ווייזער''' ([[י"ט אדר]] [[ה'תקס"ט]] - [[א' תשרי]] [[ה'תר"ם]]) (דער '''מלבי"ם''') אויך באוווּסט אלס '''קעמפנער מגיד'''. איז געווען א מפרש פון [[תנ"ך]] און איינע פון די פוסקים [[אחרונים]].
▲[[בילד:Malbim.jpg|שמאל|ממוזער|250px| ]]
==לעבנסגעשיכטע==
רבי מאיר לייבוש איז געבוירן אין דער שטאט [[וואלאטשיסק]] אין [[וואהלין]]. ווען ער איז געווען אלט זעקס איז ער געווארן פאר'יתומט פון זיין פאטער.<ref>''בית יוסף להבה'', גליון פא, "רבי מאיר לייביש מלבי"ם"</ref> און שוין פון יונגערהייט באוווּסט
אין יאר [[ה'תקצ"ט]] איז ער געווארן רב אין [[וורעשן]], [[פאזן]]. נאך זיבן יאר אין [[ה'תר"ו]] איז ער געווארן רב פון [[קעמפן]], [[פרויסן]] (היינט קעמפנא אין מערב [[פוילן]]). אין [[ה'תרי"ח]] איז ער געווארן דער הויפט רב אין [[בוקארעשט]] ([[רומעניע]]). דארטן אין רומעניע האט ער געפירט א שטארקן קאמף קעגן דעם [[רעפארם]]. צוליב דעם קאמף האט ער געדארפט פארלאזן רומעניע אין [[ה'תרכ"ד]], דערנאך איז ער געווען רב אין עטליכע רוסישע קהילות. פון יאר [[ה'תרל"ה]] איז ער געווען רב פון [[קאלינינגרד|קעניגזבערג]], ביז זין פטירה [[א' תשרי]] [[ה'תר"ם]]. איינער פון זיינע אייניקלעך (א זון פון זיין טאכטער פֿריידא) איז געווען [[מיכאל היילפרין]], פון די ערשטע וואס האבן זיך געצויגן אין [[ארץ ישראל]].
|