אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעווגעני קיסין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 6:
יעווגעני קיסין איז געבוירן געוואָרן אין [[מאָסקווע]], [[רוסלאַנד]], אין אַ ייִדישער משפּחה. זײַן עלטער־זיידע פֿונעם טאַטנס צד (עקיבֿא אָטמאַן) און עלטער־עלטער זיידע (מרדכי אַגראַנאַט) זײַנען געווען [[רבנים]]. צו 11 חדשים האָט דער קליינער יעווגעני אָנגעהויבן זינגען און צו 2 יאָר — געשפּילט שוין פּיאַנע. בײַ די 6 יאָר איז ער געוואָרן אַ תּלמיד אין דער מאָסקווער מוזיק־[[שול]] אויף גנעסינס נאָמען, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַ אַנאַ קאַנטאָר, זײַן ערשטע און איינציקע פּיאַנע־לערערין.
 
אין דער עלטער פֿון 10 יאָר האָט קיסין צום ערשטן מאָל געשפּילט מיט אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, אויסגעפֿילט [[וואלפגאנג אמאדעיוס מאצארט|מאָצאַרטס]] [[קאָנצערט]] נומ‘ 20. מיט אַ יאָר שפּעטער גיט ער זײַן ערשטן סאָלאָ־קאָנצערט. אינעם יאָר 1984 טרעט ער אויף אינעם „גרויסן זאַל‟ פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע, וווּ ער שפּילט דעם 1טן און 2טן פיאנא קאָנצערט פֿון פֿרידעריק[[פרעדעריק שאָפּעןשאפּען]].
 
אין 1985 פֿאָרט קיסין צום ערשטן מאָל אַרויס מיט קאָנצערטן קיין [[אויסלאַנד]]; אין 1987 דעביוטירט ער אין [[מערבֿ־אייראָפּע]] אויפֿן [[בערלינער פֿעסטיוואַל]]. אין 1988 שפּילט ער [[טשייקאווסקי]]ס פּיאַנע־קאָנצערט נומ‘ 1, באַגלייט פֿונעם בערלינער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, בראָש מיטן באַרימטן [[קאנדאקטער|דיריגענט]] [[הערבערט פאן קאראיאן]].