אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל סירקיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: '''רבי יואל סירקיש''' אויך באוואוסט - אויף די נאמען פון זיין באוואוסטע פארפאסונג - אלס די '''ב"ח''' ה'ש...
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''רבי יואל סירקיש''' אויך באוואוסט - אויף די נאמען פון זיין באוואוסטע פארפאסונג - אלס די '''ב"ח''' ה'שכ"א - ה'ת' (1561 - 1640) איז געווען א באוואוסטע און אנגענומענע גדול און פוסק, געוואינט אין צענטראל איירופע און געדינט אלס רב אין [[בעלזא]], [[בריסק]] און [[קראקע]].
 
==זיין לעבן==
ער איז געבוירן אין [[לובלין]] און געלערנט ביי זיין טאטען און ביי ליבושס פון לובלין (די רבי פון די [[של"ה]]), און ביי הרב הירש שור פון בריסק (וואס איז געווען א תלמוד מובהק פון די רמ"א), און ביי ר' פייבוש וואס איז געווען די ראש ישיבה און ראש בית דין אין [[קראקע]]. אין יאר 1615 איז ער אויפגענומען געווארן אלס ראש בית דין און ראש ישיבה אין בריסק און אין 1619 פאר די זעלבע פאסטן אין קראקע. ער איז געבליבן אין קראקע ביז ער איז נפטר געווארן אין כ' אדר שנת ת'. ער איז געווען א רייכע מענטש און האט געגעבן צו עסן פאר אסאך תלמידים. חוץ פון מעטאמאטיק האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען פרעמדע שפראכן און חכמות.
 
[[en:Yoel Sirkis]]