אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דיעטע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 10:
דאס איז גאר ווייניג ענערגיע אויב מען טראכט וואס עס דארף אלץ אפערירן אינעווייניג. די [[הארץ]] דארף קלאפן, די [[לונג]]ן אריינציען און ארויסבלאזן לופט, דער [[מוח]] דארף קאנטראלירן און טראכטן, און דער [[קערפער]] דארף זיין ווארים צו אלע צייט.
 
ווען מען שטעלט זיך אויף פון בענקל און מען גייט נוצט מען שוין מער ענערגיע אבער נאך אלץ וואונדערליך ווייניג פון וואס מען וואלט זיך פארגעשטעלט. א מענטש וואס לויפט נוצט ארום 100 קאלאריס פער [[מייל]] (א מייל איז 1.7 [[מעטער]]) וואס מיינט אז ער נוצט עפעס מער ווי 10 פראצענט וואס זיין קערפער דארף צו זיצן שטיל צו קענען לויפן א מייל.
 
צו פארשטיין דעם קאנצעפט לאמיר באטראכטן אן [[אויטא]]. אין דורכשניטליך וועט אן אויטא ארייננעמען צווישן 15 און 30 גאלאנען [[גאזאלין]]. יעדע גאלאן גאזאלין פארמאגט אזוי פיל ענערגיע ווי 31,000 קאלאריס אינעם מענטש'נס קערפער וואס מיינט אז א אויב א מענטש זאל ווען קענען טרונקן גאזאלין אנשטאט עסן ברויט און פלייש וואלט ער נאר געברויכט איין גאלאן גאזאלין צו לויפן 300 מייל. אויב זאל דער מענטש נוצן א [[ביציקל]] אנשטאט לויפן צופיס וועט ער קענען אנציען איבער טויזענט מייל מיט די איין גאלאן גאזאלין.