דאס איז א אור אלטע וועג פון רייניגן קליידער און געשיר. עס איז זייער זייער שארף, טראץ וואס עס איז דורכזיכטיג ווי איינפאכע וואסער, איז עס נאך אזוי שארף ווי בליטש.

די מנהג אין סקווירא איז, אז פארן יום טוב פסח, רייניגט מען אלע קליידער און געשיר, בלויז מיט דעם.

עס איז פשוט פראדעצירט, דורכן אויפקאכן וואסער ביז עס קריעלט און באבעלט אויף א גליענדיגער גראט, דאן לייגט מען אריין א פארבינדענע טיכל מיט שווארצע אש, דאס טוישט נישט די קאליר פונעם וואסער, נאר עס געבט צו דעם שארפקייט, און ווערט א שארפע כעמיקאל.

דאס איז געווען א נארמאלע וועג פון רייניגן, אינעם אלטן היים אין אוקריינע. [אפשר איבעראל אויכעט]