הרב אריה לייבוש יצחק רובין (תשי"גכ"ח תשרי תשפ"א) איז געווען דער גלאגאווער רב, אין בארא פארק, אויך האט ער געדינט אלס מנהל פון דעם ספינקער חדר אין בארא פארק, איבער פינף און פערציג יאר.

אריה לייבוש יצחק רובין
קיין פריי בילד
געבורט 1953 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 16 אקטאבער 2020 (אלט 67 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

אריה לייבוש יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר תשי״ג צו חיים שמחה ישכר בער רובין, דער טאמאשאווער רב, און ריבה מלכה (אייכנשטיין).

אין יאר תשנ"ו האט ער געעפנט א בית המדרש, בית מנחם גלאגוב, אויפ'ן נאמען פון זיינע זיידעס, אויף דער אכצנטער עוועניו אין בארא פארק.

בעפאר פסח תש"פ איז ער קראנק געווארן מיט קאראנאווירוס, ער האט געוויילט פאר שפיטאל עטליכע וואכן; ער איז שפעטער באפרייט געווארן, אבער עטליכע חדשים שפעטער האט זיך ווידער געמאכט געזונטהייט קאמפליקאציעס, און ער איז נאכאמאל אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו ער איז נפטר געווארן פרייטאג פרשת בראשית, כ"ח תשרי תשפ"א, איז עלטער פון 67 יאר.‏[1]

דרויסנדיגע וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. באריכט פון דער פטירה, אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)