אריה לייבוש טייטלבוים (וואלאווע)

הרב אריה לייבוש טייטלבוים (ה'תשל"א - כ"ט מרחשון ה'תשס"ט) איז געווען א משגיח אויף כשרות. ער איז געהרגעט געווארן על קידוש ד' אין א טעראר אטאקע אין מומביי.

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

לייבוש איז געבוירן אין תשל"א צו זיין פאטער הרב נחום אפרים טייטלבוים, דער וואלאווער רב (א זון פונעם נירבאטער רב און א נעפֿע פונעם ברך משה פון סאטמאר).

אלס בחור האט ער געלערנט אין דער בנין דוד ישיבה אין וויליאמסבורג. ער איז געווען באקאנט אין ישיבה פאר זיינע ברייטע ידיעות. שפעטער האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה תורת משה אין מאנטרעאל.

ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון דעם תולדות אברהם יצחק רבי'ן.

אין די לעצטע יארן האט ער אנגעהויבן ארבעטן פאר זיין פאטער'ס כשרות ארגאניזאציע, און צוליב דעם פלעג ער אסאך ארומפארן צו עסנווארג פאבריקן איבער דער וועלט.

אויף זיין לעצטן טאג איז ער ארויס פון זיין האטעל גיין אין בית חב"ד וואו ער האט געוואלט דאווענען מנחה און מעריב. פון דארט האט ער געדארפט ארויספארן אויפן פליפעלד מיט זיין חבר דער משגיח ר' בנצין קראמאן, וואס האט געארבעט מיט אים אין כשרות. זיין קערפער איז געטראפן געווארן איבערגעבויגן אויף דער גמרא וואס איז געווען אנגעזאפט מיט זיין בלוט אינעם אוצר הספרים פון חב"ד הויז. ער איז געזעסן דארט און געלערנט תורה ווען די מערדער זענען אריינגעקומען און האבן אים דערמארדעט. מען שאצט אפ אז דאס האט פאסירט מיטוואך אוונט שפעט צווישן ניינע און צענע.