ווען מ'ווייסט פון וועלכן אָביעקט מען רעדט, נוצט מען אַ געוויסיקן אַרטיקל (דער, די, דאָס, דעם); אַנדערש נוצט מען אַן אומגעוויסיקן אַרטיקל (אַ, אַן), אָבער נאָר אין איינצאָל—אין מערצאָל האָט ייִדיש נישט קיַין אומגעוויסיקן אַרטיקל.

דערקלער־טאַבעלע - אַרטיקלען

רעדאַקטירן

און אין איינצאל (לשון יחיד) ווי פאָלגנדיק:

  • נאָרמאַל אויב דאָס זאכווארט געפינט זיך אין דער אָנהייב פון דעם זאַץ, קומט דער פאַרן מענלעכן מין, די פאַרן ווייבלעכן מין און דאָס פאַרן נייטראַלן מין. (דער מאַן, די פרוי, דאָס קינד), און דאָס הייסט "נאָמינאַטיוו".
  • אויב קומט דאָס ווארט באַשריַיבן "וועמען", דאַן קומט דעם אין א מענלעכע פאָרם (איך נעם דעם מאַן), די אין א ווייבלעכער פאָרם (איך נעם די פרוי) דאָס אין א נייטראַלער פאָרם (איך נעם דאָס קינד). און דאָס הייסט "אַקוזאַטיוו".
  • אויב קומט דאָס זאַכוואָרט מיט אַ שייכות צו אַ פריעריקן וואָרט, ווי צום ביַישפיל: מיט, צו, אונטער אד"ג, קומט דעם אין מענלעכן מין, דער אין א ווייבלעכן מין און דעם אין נייטראלן מין. (איך גיי מיט דעם (אדער אין קורצן "מיטן") מאַן, איך גיי צו דער מאַמע, איך בין אונטער דעם (אונטערן) קינד).
נאָמינאַטיוו אַקוזאַטיוו דאַטיוו
יחיד, זכר (מענלעך) דער דעם דעם
יחיד, נקבֿה (ווײַבלעך) די די דער
יחיד, נייטראַל דאָס דאָס דעם
רבים (מערצאל) די די די
  1. נאָמינאַטיוו (ווער אָדער וואָס): איז דער סוביעקטיוו (זאַכטייל) פונעם זאץ. דאָס קומט אין אַלגעמיין ביַים אָנפאַנג פון דעם זאַץ.
  2. דאַטיוו: איז דער אומדירעקטער אָביעקט און דאָס קומט אין אַַלגעמיין מיט אַ פאַרבינדונג-וואָרט. (צומאָלן באַַהאַלטן).
  3. אַקוזאַטיוו: איז דער דירעקטער אָביעקט און דאָס קומט קיינמאָל נישט מיט אַ פארבידונג-ווארט (מיט, צו, אונטער, אויף אדג"ל). אַקוזאַטיוו איז אין גליַיכן צו העברעיש "את ה": הוא לקח את הפטיש.

בײַשפּילן:

  • דער מאַן איז דער גבאי פֿון אונדזער שול (ביידע נאָָמינאַטיװ)
  • דאָס קינד (נאָמינאַטיוו) זאָָגט צו דער (דאַטיוו) מאַמע.
  • איך גיב דער פרוי אַ בוך.
  • מיר װעלן זען דעם זײדן.
  • דעם גאַנצן (אַקוזאַטיװ) זומער האָבן מיר פֿאַרבראַכט אין צפֿון פֿון לאַנד
  • איך האָב געזען משהן (אַקוזאַטיװ) אין גאַס.
  • די (נאָמינאַטיוו) ײדישע װיקיפעדיע איז זײער רײַך, קום ביטע באַזוכן די (אקוזאטיוו) יידישע װיקיפּעדיע?
  • די מאַמע טוט אָן דעם קינד דאָס מאַנטעלע. (ערשטער: דאטיוו. צווייטער: אקוזאטיוו)
  • ער שיקט (צו) דער (דאַטיװ) כלה אַ בוקעט בלומען.

אויפמערק! נאָך אַ נו"ן קומט קיינמאל נישט אַ צווייטער נו"ן נאָר אַ מי"ם. צב"ש: אַ שיינעם/פיינעם דאַנק" און נישט "אַ שיינען/פיינען דאַנק".

די פאלגענע ליסטע זיינען א טייל פון פארבינדונג-ווערטער וואָס קומען אימער מיט דאַטיוו:

  • באַקומען - (דאָס עסן באַקומט דער קראַנקער פֿרױ)
  • אײַנגעבן זיך
  • באַשערט זײַן
  • בײַשטײן
  • גלײבן
  • געהערן
  • געלינגען
  • געפֿעלן
  • געראָטן
  • דאַנקען
  • דינען
  • העלפֿן

איבערבליק פון פעלער

רעדאַקטירן

נאָמינאַטיווער (ערשטער) פֿאַל

רעדאַקטירן

דער נאָמינאַטיווער פֿאַל אָדער נאָמינאַטיוו איז דער פֿאַל פֿונעם סוביעקט פֿונעם זאַץ (דאָס הייסט פֿון דעם "טוער"), צום בײַשפּיל: דער מענטש איז געגאַנגען, די טיר איז אָפֿן, דאָס קינד האָט געוויינט. אאַז"וו.

אַקוזאַטיווער (צווייטער) פֿאַל

רעדאַקטירן

דער אַקוזאַטיווער פֿאַל אָדער אַקוזאַטיוו איז ווען מען באַניצט זיך מיט א הויפטווארט דירעקט נאך א צייטווארט. צ.ב.ש. דער מענטש האָט אויפגעהויבן דעם טיש, די מאַמע האט געעפֿנט די טיר. דער רבי האָט געגלעט דאָס קינד. א.א.וו.

דאַטיווער (דריטער) פֿאַל

רעדאַקטירן

דער דאַטיווער פֿאַל אָדער דאַטיוו איז ווען דאָס הויפטווארט ווערט באנוצט אַלץ אַ זאַך וואָס באקומט עפעס. צ.ב.ש. דער טאַטע האָט געגעבן פאַר דעם יינגל א צוקערל. די באַלעבאָסטע האט דערלאַנגט דער דינסט דעם בעזעם. די מאַמע האָט אנגעטאָן דעם קינד די שיך.

כללים פון ארטיקלען אין דער יידישער שפראך

רעדאַקטירן

יוצאים מן הכלל וואָס באקומען ניט אַרטיקלען

רעדאַקטירן
  • נעמען פון פּערזאָנען קומען אָן אַרטיקלען, משה און ניט דער משה, סיַידן מען נוצט אַן אַדיעקיוו ווי דער רויטער משה.
  • נעמען פון שטעט קומען אָן אַרטיקלען, ירושלים און ניט די ירושלים, סיַידן מען נוצט אַן אַדיעקיוו ווי די שיינע ירושלים. אָבער נעמען פון בערג און טיַיכן קומט יאָ מיט אַן אַרטיקל: דער חרמון, דער ירדן פליסט.
  • נעמען פון לענדער קומען אַפטמאָל אָן דעם אַרטיקל. למשל, אין ענגלאַנד, אין ישראל. אָבער אַ לאַנד וואָס געהערט צום ווייבלעכן מין מוז האָבן דעם אַרטיקל נאָך "אין", למשל: אין דער שווייץ, אין דער ליטע.
  • גאָט, משיח, ייִדן אדג"ל קומען אַ סך מאָל אָן אַרטיקלען. סיַידן מען נוצט אַן אַדיעקיוו ווי דער אַלמעכטיקער גאָט.
  • ראשי תיבותן פאַר נעמען פון פערזאָנען אדג"ל קומען אַ מאָל מיט און אַ מאָל אָן אַן אַרטיקל: דער רמב"ם, דער של"ה, רש"י, ייוואָ, תנ"ך, שולן אאז"וו.
  • ווערטער וואָס דער רעדער נעמט אָן אַז דער לייענער ווייס פון וואָס מען רעדט, קומען צומאָלן אָן אַן אַרטיקל: אין שול, אין וואַלד, אין גאַס, אין מאַרק. אָבער ווען עס קען זיַין יעדער אָרט קומט עס מיט אַן אַרטיקל: אין אַ שול, אין אַ וואַלד אאז"וו.

לשון קודש ווערטער

רעדאַקטירן

רוב לשון-קודש װערטער, געהערן צום מענלעכן מין. דוגמאות: דער שבת, דער טעות, דער יום-טובֿ, דער פּורים, דער חודש, דער סך-הכּל, דער נס, דער פּרוכת, דער טלית, דער ביקור-חולים. י

העברעישע ווערטער וואָס ענדיקן זיך מיט אַ „ה" געהערן צו לשון נקבה. ווי צב"ש די עליה , די מלחמה , די חכמה, די חיה, די נבואה, אדג"ל.

לשון קודש ווערטער וועלכע באציען זיך צו אַ ווייבערישן מין, ווי פרויען און חיות, זיַינען אין אַלגעמיין לשון נקבה. ווי צב"ש: די צדיקת.

רוב לשון-קודש ווערטער וואָס לאָזן אויס „-ות" זענען לשון סתם: דאָס אַחדות, דאָס אחריות, דאָס גלות, דאָס חיות, דאָס חסידות.

בײַשפילן פֿון סובסטאַנטיוון

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – סובסטאנטיוו

דער ייִד, דער אַרטיקל, דער טיש, דער שליסל, די בעט, די האַנט, די וויקיפעדיע, די טיר, די קאַטעגאָריע, די ראָזשינקע, די שטאָט, די שפראַך, דאָס בוך, דאָס ברויט, דאָס הויז, דאָס ווארט, דאָס לאנד, דאָס עסן.