אפרים זלמן מרגליות

פוסק

רבי אפרים זלמן מרגליות (י"ט כסלו תקכ"א - כ"ד אב תקפ"ח) איז געווען א גרויסער ת"ח, יחסן, נגיד און מח"ס, וועלכער האט געוואוינט אין דער שטאט בראד, גאליציע.

אפרים זלמן מרגליות
געבורט 19 דעצעמבער 1762 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 אויגוסט 1828 (אלט 65) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגרפיע

רעדאַקטירן

הרב מרגליות איז געבוירן אין יאר תק"מ (בערך) צו זיין פאטער הרב מאניש מרגליות, אב"ד וויטקאוו און דינעוויץ, און מוטער דבורה מרגליות. ער האט פארפאסט דעם באקאנטן ספר מטה אפרים אויף הלכות און מנהגים פון די ימים נוראים.

אויך איז ער בארימט איבער זיין ספר "שערי אפרים" אויף הלכות קריאת התורה, און "מעלות היוחסין" ווא ער רעכנט אויס זיין ייחוס צו רש"י און דוד המלך.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

אין די יוגנט איז ער פאר א קורצע צייט געווען רב אין א קליין שטעטל, אבער דערנאך וואס ער איז רייך געווארן פון דיאמאנטן האנדל האט ער זיך אפגעזאגט און זיך אריינגעטאן אין לימוד התורה און מחבר זיין ספרים.

ער איז געווען שטרענג פרום און לוחם געווען קעגן דער השכלה.

ער איז געווען א בעל מוח נפלא, און ווי געזאגט האט ער נאכן נתעשר ווערן מער נישט משמש געווען ברבנות, אבער ער איז פאררעכנט געווארן אלס איינע פון די גדולי החכמים פון די בארימטע קלויז אין בראד.

ער איז פאררעכנט אלס איינע פון די גדולי הפוסקים, וואס מ'רעכנט זיך שטארק מיט זיינס א פסק.

ביבליאגראפיע

רעדאַקטירן
  • שו"ת בית אפרים
  • זרע אפרים
  • טיב גיטין
  • יד אפרים
  • יד רמ"א
  • מטה אפרים
  • מעלות היוחסין
  • מקנה וקנין
  • שערי אפרים
  • זיין ברודער רבי חיים מרדכי מרגליות מח"ס שערי תשובה אויפן ש"ע
  • זיין איידעם רבי יעקב יהושע הורוויץ אן אייניקל פון הפלאה