געגאסענע בליי אפעראציע

(אַריבערגעפֿירט פון אפעראציע געגאסן בליי)

געגאָסענע־בלײַ אָפּעראַציע (אין העברעיש: מבצע עופֿרת־יצוקה ) איז א מיליטער אפעראציע פון צה"ל קעגן כאמאסטאן אינעם עזה־שטרײַף. עס האט זיך אָנגהױבן דעם 27סטן דעצעמבער 2008 אין דער פרי (UTC) װען צה"ל האט אטאקירט פון דער לופטן. בעת די ערשטע אטאקע זײַנען געהרגעט געװאָרן 155 פאלעסטינער און פיל פארװוּנדעט געװארן.

מאפע פון עזה־שטרייף

דער נאמען פון דער אפעראציע

רעדאַקטירן

דער נאמען פון דער אפעראציע איז גענומען געװאָרן פונעם ליד "לכבוד החנוכה", פון חיים נחמן ביאליק, װאס האט געשריבן אינעם יאר 1916. ” מוֹרִי הֵבִיא כִּרְכָּר לִי בֶּן-עוֹפֶרֶת יְצוּקָה – יוֹדְעִים אַתֶּם לִכְבוֹד מִי? לִכְבוֹד הַחֲנֻכָּה!”

שבת, דעם 27סטן דעצעמבער, האט ישראל אנגעפאנגען מיט א נייעם קאמפיין, אונטערצודריקן דעם ענדלאזן טעראר וואס כאמאס פירט דורך קעגן ישראל, אכט יאר נאכאנאנד, פונעם עזה פאס.

אמאל באשטייט עס פון אויפרייסן מינעס לענגאויס דאס גרעניץ צוים, מערסטנטייל אריינשיסן ראקעטעס אין ישראל טעריטאריע, און דערביי אומברענגען, פארווונדען ציווילע, און סתם אנמאכן א חורבן, דאס איז די סיטואציע, פון וואס די מערב טייל פונעם נגב, וואס גרעניצט זיך מיטן עזה פאס, ליידט שוין פאר די פארגאנגענע אכט יאר.

ישראל מיטן גארנישט טאן, האט געגעבן א פרייע האנט פאר די טעראר גרופעס זיך צו ארגאניזירן און זיך באוואפענען אי געווער ווי אר.פי.זשי. קעגן טאנקן, אי קאסאם, אדער גראד ראקעטן, וואס זענען טאקע אלטמאדיש, און זייער אפעקט איז א מינימאלע, אבער עס איז גענוג צו מאכן קאפוויי פארן ישראל באפעלקערונג.

דער טרוים פון כאמאס איז שטענדיק געווען, צו אריינשלעפן די ישראל ארמיי אינעם פאסטקע, דורכן זיי מאכן אטאקירן די עזה פאס, און כאמאס וועט ווייזן וואס זי קאן.

די ישראל גענעראל שטאב, האט טאקע באשלאסן ארויסצוגיין מיט אן אטאקע קעגן די טעראר גרופעס, אבער מיט די לופט כוחות, אויף דעם האבן די טעראריסטן נישט קיין ענטפער, און וואס זיי קענען טאן איז באשיסן שטעט, אין א ראדיאס פון פערציג קילאמעטער פון עזה מיט ראקעטן, און הערמאטן.

די לופט כוחות האבן אטאקירט וויכטיקע צילן, און אומגעברענגט הונדערטער פאלעסטינער רוב פון זיי כאמאס קעמפער. די צאל פון די געהרגעטע שטײט איצט בײ ארום 1001 פאלעסטינער און גענױ 13 ישראלדיקע.

די עגיפטישע האבן פרובירט אויסצוהאמערן א המשך צום פייער אפשטעל, וואס איז געווען אין קראפט בעפאר די קריג האט זיך אנגעפאנגען אבער די כאמאס האט זיך איינגעעקשנט אויף אירע תנאים, און ישראל קאן זיך נישט ערלויבן נאכצוגעבן אויף די פונקטן פונעם כאמאס, די עגיפטישע האבן דערנאך דערקלערט, אז כאמאס איז שולדיק אין דעם וואס פאלעסטינער בלוט ווערט פארגאסן אין די גאסן, דורכן פארלאנגען פון ישראל תנאים וואס קאנען נישט דורכגעפירט ווערן.

דעם דריטן יאנואר ביינאכט, ד'"ה מוצ"ש, זענען די ערשטע זעלנער אריין אין עזה, ווי זיי האבן זיך אנגעשטויסן מיט כאמאס קעמפֿער. די כח וואס איז אריין אין עזה איז געווען א שטארק,ע און נעמט אריין די גולני בריגאדע, פאראשוטיסטן בריגאדע, און די גבעתי בריגאדע, און דאס אלץ רעכנט נישט אריין די געפאנצערטע קרעפטן, וואס איז טאנקן און בולדאזערס, און ישראל האט גענוצט די קאנאנען, און הערמאטן קרעפטן, מיטן ציל צו "פארווייכערן פאזיציעס" פון די פיינט.

ישראל האט יעדן טאג געמאכט, א הומאניטארישע וויילע ווען אלע ציווילע אין עזה קענען זיך גיין באזארגן מיט שפייז, און אנדערע נויטבאדערפטיקע ארטיקלן, די טעראריסטן האבן אויסגענוצט די צייט זיך ארומצורירן, אויסנוצענדיק די ישראל וווילטעטיקייט,

ווי אין אלע מלחמות אין באוווינטע געגנטער, און דערצו א שונא וואס ניצט אויס די ציווילע, פאר אירע קעמפערישע צוועקן, צו מאכן זיכער אז ישראל ברענגט אום ווי מער ציווילע, איז זייער שווער צו צילן אויף א שונא, דערפאר זענען די צאל ציווילע אומגעקומענע, זייער הויעך, און עס רעכנט אריין מענטשן, וואס די כאמאס האט געהרגט פארן נישט אויספאלגן זייערע באפעלן, ווי די פאטאך צייטונג וואס קומט טעגליך ארויס אין ראמאללא האט איבערגעגעבן, אז צענדליקע מענטשן ווערן אומגעברענגט אין עזה דורך די כאמאס און דערנאך באשולדיקן זיי ישראל.

14 ישראלער זענען אומגעקומען, פון זיי ניין סאלדאטן, און פינעף ציווילע. ביי די פאלעסטינער בערך 1300, וואס פון זיי צווישן, פינעף און זעקס הונדערט כאמאס קעמפער, און די איבריקע ציווילע, די שאדן פאר ישראל איז פיר ביליאן שקל, פון די פאלעסטינער נאך נישט אפגעשאצט געהעריק. די כאמאס טענהט אז בלויז פינעף און פערציג, פון זייערע קעמפער זענען אומגעקומען.

לויט אינפארמאציע וואס די ארמיי האט פארעפנטליכט, זענען 711 פון די אומגעקומענע, טעראריסטן פון די פארשידענע פראקציעס, וואס די מיליטער האט אידענטיפיצירט, 150 וויסן זיי נישט, דאס מיינט מענטשן מיט א פאטענציאל צו זיין טעראריסטן, די רעשט עלטערע, פרויען, און קינדער.