אסתר שומיאטשער-הירשביין

אסתּר שומיאַטשער הירשבײן (1899 - 1985) איז געווען א דיכטערין אויף יידיש.

אסתר שומיאטשער-הירשביין
קיין פריי בילד
געבורט 1899
האָמל, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1985 (אלט 86 בערך)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט קאלגארי, ניו יארק, לאס אנדזשעלעס, ווארשע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, סצענאר שרייבער
בן/בת זוג פרץ הירשביין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

אסתּר שומיאַטשער הירשבײן איז געבוירן געװאָרן אין 1899 אין האָמל, װײַסרוסלאַנד. קינדערװײַז זײַנען אירע עלטערן, יהודה און חסיה, אַװעקגעפֿאָרן פֿון װײַסרוסלאַנד קיין קאַלגאַרי, קאַנאַדע. זי איז געװען נאָר צװעלף יאָר אַלט װען זיי זײַנען אַװעקגעפֿאָרן אין 1911. אין װײַסרוסלאַנד האָט איר משפּחה געאַרבעט װי רענדאַרעס. װען זיי זײַנען אָנגעקומען אין קאַנאַדע איז איר טאַטע געװאָרן אַ העברעישער לערער בשעת װינטער און אַ רענדאַר בשעת זומער. אירע שװעסטער און ברידער האָבן אויך געהאָלפֿן צו צופּלעמענטן דער משפּחהס הכנסה. זיי האָבן געהאַט פֿאַרדינסטלעך און געהאָלפֿן דער מאַמען מיט קװאַרטיראַנטן. נאָך מיטלשול האָט אסתר אַײַנגעפּאַקט פֿלײש אין פֿאַרשידינע פֿאַרבריקן און געאַרבעט װי אַ סאַרװערין.

אין דעצעמבער 1918 האָט זי זיך באַקענען מיט פּרץ הירשבײַנען, אַ באַרימטער דראַמאַטורג פֿון נו יאָרק, װען ער איז געװען אויף אַ ״רעדענער-טור.״ פּלוצלינג האָבן זיי חתונה געהאַט. ער איז געװען גאָר קאָסמאָפּאָליטיש און מיט צװאַנציק יאָר עלטער פֿון איר. שומיאַטשער האָט פֿריער געשריבן, אָבער נישט ארויסגעגעבן, פּאָעזיע נאָר אויף ענגליש. אַצינד איז זי ארומגערינגעלט געװאָרן מיט איר מאַנס חברים׃ באַקאַנטע שרײַבערס, דיכטערס, און דראַמאַטורגן. מיט מוטיקונג פֿון איר מאַן האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן פּאָעזיע אויף ייִדיש. כאָטש זיי זײַנען אײַנגעזעסן אין נו יאָרק, זײַנען זיי אַרומגעפֿאָרן איבער דער װעלט--אין אַזיע, מזרח אייראָפּע, און דרום-פּאַציפֿיק. אין 1934 האָט זי געבוירט אַ קינד װאָס זיי האָבן גערופֿן עמוס. נאָך דעם, האָבן זיי איבערבאַזעצט אין 1940 קיין לאָס אַנדזשעלאָס, קאַליפֿאָרניע װוּ איר מאַן האָט אָנגעשריבן פֿילם-סקריפּטן. נאָר איינער פֿון זיי איז דערשינען. אין 1948 איז פּרץ נפֿטר געװאָרן (פֿון לו געריגס קראַנקײַט). נאָך אַ פּאָר יאָר האָט זי געװוינט אין לאָס אָנדזשעלאָס. זי האָט געהאַט פּרנסה פֿון געבן רעפֿעראַטן און פֿון איר משפּחה. צו זײַן נאָענטער צו איר זון האָט זי איבערבאַזעצט קיין נו יורק. אין 1985 איז זי נפֿטר געװאָרן.

בשעת איר לעבן, האָט זי אָפּגעדרוקט פּיעסעס און פּאָעזיע. אירע ערשטע פּיעסעס זײַנען געװען פֿאַר קינדער װעגן לעבן און טויט. זיי האָבן אַ נאַטוראַליסטיש סטיל. איינע פֿון זיי איז באַזירט אויף איר איבערלעבונג צװישן יתומים אין מזרח-אייראָפּע נאָך פּאָגראָמען. איר ערשטע לידער זײַנען אָפּגעדרוקט אין אַ זשורנאַל ״אַלבאַטראָס״ אין 1922 און איר פּאָעזיע װעגן איר איבערלעבונג אין עקזאָטישע פּלעצער זײַנען אָפּגעדרוקט אין אַ בוך אין 1930. אַ באַרימטער קריטיקער, שמואל ניגער האָט צעקריטיקירט איר בוך אין אַ זשורנאַל װאָס הייסט ״די צוקונפֿט.״ פֿונדעסטװעגן האָט זי הצלחה געהאַט מיט אירע צװייטן און דריטן בוך. אַ סך ליטעראַטור-קריטיקער האָבן געשריבן אַז זי האָט אַ מין טאַלאַנט מיט װערטער און אָבסערװאַציעס װעגן נאַטור.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן


וועבלינקען

רעדאַקטירן