אסטניס
א איסטניס (ווערט אויך געשריבן אסטניס) הייסט א שוואכער מענטש וואס איז א מפונק.
אין די הלכה איז דא אסאך מאל וואס מען האט גרינגער געמאכט פאר א איסטניס, אזוי ווי אין תשעה באב און אין יום כיפור ווען מען גייט נישט מיט קיין לעדערנע שיך מעג א איסטניס גיין דערמיט.
סוכות ווען מען זיצט אין דער סוכה און עס בלאזט א ווינט, אפילו א רוח מצויה, און א איסטניס איז זיך מצטער איז ער פטור פון זיצן אין דער סוכה.
רב ששת איז געווען א איסטניס (פסחים דק"ח).