אנאפאליס קאנפערענץ
אנאפאליס קאנפערענץ איז די קאנפערענץ וואס האט פאסירט אין נאוועמבער 2007 אין דער שטאט אנאפאליס, מערילאנד. דער ציל פון דער קאנפערענץ איז געווען צוצושטופן דעם שלום פראצעס צווישן פאלעסטינע און ישראל.
אין דער קאנפערענץ האבן זיך מיטגעטיילט פארטרעטער פון ישראל און פאלעסטינע. אויך האבן זיך מיטגעטיילט פארטרעטער פונעם אייראפעישן פארבאנד, די פאראייניקטע שטאטן, דער יו ען, רוסלאנד און פון אראבישע שטאטן ווי מצרים, יארדאניע, קואווייט און סיריע.