אמבולאנס

(אַריבערגעפֿירט פון אמבולאנסן)

אן אַמבולאַנס אדער קראנקן וואגן איז א סארט פארמיטל וואס ווערט גענוצט צו טראגן א קראַנקן אדער באַשעדיקטן מענטש. געוויינטלעך טרייבן אַמבולאַנסן צו מענטשן אין נויטפאלן צו פירן זיי אין א שפיטאל פאר מעדיצינישן הילף.

א מגן דוד אדום עמערגענץ-אַמבולאַנס

ער איז שטארק מערקבאר אויפן וועג ווייל ער האט שרייעדיגע אותיות מיט בליטשקעדיגע לעמפלעך און הויכע סירענעס וואס דאס מאכט אז די אנדערע טרעקלעך אויפן וועג זאלן זיך רוקן אין דער זייט און האבן דרך ארץ פארן אמבולאנס ער זאל קענען שנעלער אנקומען צו זיין ציל.