ר' אלטער יחיאל קאַרניאָל (ה'תרט"ו - ו' כסליו ה'תר"צ) איז געבוירן אין פוילן און געווען דארט אן אויסגערופענער חזן.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין דזיאלאשיץ, קעלצער גובערניע, צו זיין פאטער אברהם וועלכע איז געווען א סוחר.

ביי די זעכצן האט ער שוין באקומען א חזנות פאסטן אינעם באקאנטן רבי אייזיקס רבי יעקלס שוהל אין קראקע. דערנאך האט ער געדינט אין פארשידענע שטעט אין גאליציע און אונגארן, ווי אלט-אויבן, גרויסווארדיין, מישקאלץ, סאבאדקע און נאך.

שפעטער האט ער אימגירירט צו די פאראייניגטע שטאטן און געדינט אלס חזן אין ביהמ"ד אוהב צדק אין מאנהעטן, ניו יארק וואו ער איז געבליבן זיבן יאהר.

דערנאך איז ער געפארן צוריק קיין אדעס אויפן פארלאנג פון דער דארטיגער קהילה, און דערנאך איז ער אין ליכט פונעם אדעסער פאגראם צוריק געקומען קיין אמעריקע וואו ער איז געווארן חזן אין דער ראמענישער שוהל אויף 118 סטריט. פון דארט צו ביהכ"נ שערי צדק, און דאן צוריק צו אוהב צדק.

שטימע און חזנות סטיל

רעדאַקטירן

חזן קארניאל איז באקאנט אינעם עולם החזנות אלס ריכטיגער זאגער מיט א אויסערגעווענליכער אייגנארטיגער התלהבות, השתפכות הנפש און ווארימקייט.

דער בארימטער חזן יהושע ווידער איז געווען פון זיינע תלמידים און זינגט אויף זיין גאנג, ספעציעל האט ער גענומען זיין לאנגן קאלאראטור מיט וואס ער איז באקאנט.

ער האט איבערגעלאזט פילע חזנישע קאמפאזיציעס וואס ער האט רעקארדירט אין די עלטערע יאהרן, וואו מ'קען הערן א טייל פון זיין גרויסקייט אלס חזן און בעל תפלה.