אירענא סענדלער
אירענא סענדלער (פּויליש: Irena Stanisława Sendlerowa) (ווארשע, 15טן פעברואר 1910- 12טן מיי 2008)[1] איז געווען א פוילישע סאציאל ארבעטער און הומאניטאר וואס האט געהאלפֿן ראטעווען 2,500 יידישע קינדער פון די נאציס ווען זי האט זיי ארויסגעשמוגלט פֿון דער ווארשאווער געטא און געגעבן זיי פֿאלשע פאפירן.[2]
געבורט |
15 פעברואר 1910 ווארשע, קאנגרעס פוילן |
---|---|
טויט |
12 מאי 2008 (אלט 98) ווארשע, פוילן |
מדינה | פוילן |
לערנארט | ווארשע-אוניווערסיטעט |
ביאגראפֿיע
רעדאַקטירןאירענא איז געבוירן אין ווארשע, קאנגרעס פוילן. פֿארן קריג האט זי געוואוינט אין טורטשין. אין יאר 1939 האט זי געארבעט אין דעם ווארשאווער פֿארזארג-אפטייל פון וואנעט זי האט געפֿירט די ריזיקאלישע הצלה אפעראציעס ראטעווען יידישע קינדער פון דער געטא במשך די ברוטאלער אקופאציע פון נאצישן דייטשלאנד. זי איז געווען טעטיק אין דער זשעגאטא פוילישער אנטי-חורבן ווידערשטאנד.
איר גרופע פֿון 20 מענטשן האט געראטעוועט בערך 2500 קינדער פון דער געטא צווישן אקטאבער 1940 און אפריל 1943, ווען די נאציס האבן פֿארברענט די געטא און געשאסן אסאך פֿון די איינוואוינערס און געשיקט די איבעריגע צו די טויט לאגערס. מיט אן אויסרעד פון איבערקוקן די היגיענע אין דער געטא אין אן אויסבראך פון בויכטיפֿוס, זענען סענדלער מיט אירע געהילפֿן אריין אין דער געטא אויסזוכן קינדער וואס מ'קען זיי ארויסשמוגלען כדי צו בלײַבן לעבן כלומערשט אלס קאטאליקן. זיי האבן ארויסגעשמוגלט עופֿעלעך און קליינע קינדער אין אמבולאנסן און טראמווייען, איינגעוויקלט אלס פעקעלעך. עלטערע קינדער זענען ארויס מיט צוואנגארבעט גרופעס. ארויס פון דער געטא האט מען זיי פלאצירט מיט פֿאמיליעס, יתומים-הײַזער, שפיטעלער און קאנווענטן.
מיט דער האפֿנונג פֿון פאראייניגן זיי מיט זייערע משפחות—וואס רוב פֿון זיי זענען נעבעך אומגעקומען אין די נאצישע טויט-לאגערס—האט סענדלער געשריבן די אמת'ע נעמען אויף פאפירלעך. אין יאר 1943 זענען געקומען די דייטשע פאליציי צו ארעסטירן זי, דעמאלסט האט איר געהילף באהאלטן די פאפירלעך און שפעטער האט מען זיי באגראבן אין א סלוי אונטער אן עפלבוים.
נאכן קריג האט סענדלער געארבעט אלס סאציאל ארבעטער און דירעקטאר פון פֿאכשולעס און האט ממשיך געווען העלפֿן טייל פֿון די קינדער זי האט געראטעוועט.
אין 1965 האט די יד ושם חורבן אייראפע אנדענק אין ירושלים זי באלוינט אלס איינע פון די ערשטע מיטן טיטל "חסידי אומות העולם".[3] די קאמוניסטישע רעגירונג האט נישט געלאזט אז זי זאל פארן אין ישראל, נאר הערשט שפעטער אין 1983 האט זי באקומען די אויסצייכענונג.
זי איז געווארן קראנק מיט א לונגען-ערצינדונג אין 2008, און געשטארבן אין א שפיטאל אין ווארשע 12 מיי צום עלטער פֿון 98.
זי לאזט איבער איין טאכטער יאַנינא זגזשעמסקא און אן אייניקל.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפֿערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Irena Sendler
- ↑ Baczynska, Gabriela; JonBoyle (2008-05-12). "Sendler, savior of Warsaw Ghetto children, dies", Washington Post, The Washington Post Company. דערגרייכט דעם 2008-05-12.
- ↑ Irena Sendler (ארכיווירט 15.01.2018 ביי דער Wayback Machine) - Yad Vashem website