אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם
די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם איז אמעריקע'ס גרעסטע שטראז סיסטעם וועלכע דעגרייכט אין אלע ווינקלען פון לאנד און צייכנט זיך אויס מיט גוטע קוואליטעט אינזשעניריע און דעם לאנד'ס בעסטע מענטענענטס פאר א ראוד סיסטעם.
היסטאריע
רעדאַקטירןאין אמעריקע זענען אלע ראוד און הייעוועיס געווען אין א שוואכן צושטאנד ביז נאך די צווייטע וועלט קריג ווען די פעדעראלע רעגירונג האט אנגעהויבן טראכטן פון א אינטערסטעיט הייעוועי סיסטעם וועלכע איז אפיציעל געגרינדעט געווארן אין די 930' יארן. היינט צו טאג זענען אלע אינטערסטעיט און סטעיט הייעוועיס אונטער די אויפזיכט פון דער פעדעראלער רעגירונג און די קלענערע הייעוועיס און ראודס ווערן קאנטראלירט דורך די לאקאלע שטעט.
די פלאנירונגן פאר דעם אינטערסטעיט הייעוועי סיסטעם זענען אנגעגאנגן לאנגע יארן, אנגעהויבן דורך פרעזידענט פרענקלין רוזוועלט וועלכער האט געגרינדעט א נאציאנאלע הייעוועי קאמיטע וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט די שטודיעס און פלענער וויאזוי די הייעוועי סיסטעם זאל ארבעטן. די ארבעט איז געגאנגן לאנגזאם און פרעזידענט אייזנהאוער האט דאס געשטופט ווייטער מיט פרישע פינאנצירונג און פלענער און ווען די אינטערסטעיט איז פארטיג געווארן איז אייזנהאוער באערט געווארן מיט'ן נוצן זיין נאמען אלס דער אפיציעלער נאמען פאר דעם סיסטעם.
הויפט כללים
רעדאַקטירןדער ערשטער כלל פונעם אינטערסטעיט סיסטעם איז די וועג וויאזוי זיי זענען גענומערט. כדי יעדער זאל דאס קענען גרינג פארשטיין און געדענקן האט מען איינגעטיילט די נומערן צו גלייכע און אומגלייכע נומערן און אלע אינטערסטעיטס וועלכע לויפן פון מזרח צו מערב האבן באקומען גלייכע נומערן (ווי 10, 20 אדער 40) און אלע אינטערסטעיטס וועלכע לויפן פון דרום צו צפון האבן באקומען אומגלייכע נומערן (ווי 9, 13, 15). דערנאך האט מען איינגעטיילט די הייעוועיס צו די מזרח און מערב זייטן פון לאנד מען זאל וויסן וואו די הייעוועיס געפינען זיך. אלע אינטערסטעיטס וועלכע לויפן פון דרום צו צפון האבן נידעריגע נומערן אויף מערב און העכערע נומערן אויף מזרח. ווייטער אלע אינטערסטעיטס וועלכע לויפן פון מזרח צו מערב האבן נידעריגע נומערן אויף דרום און העכערע נומערן אויף צפון.
אט זענען אמעריקעס הויפט אינטערסטעיטס, וועלכע ווערט אויך גערופן די טראנסקאנטינענטאלע רוטעס, פון דרום צו צפון און פון מזרח צו מערב. באמערקט די נומערן לויט זייער אויסשטעל:
פון מזרח צו מערב זענען פאראן דריי הויפט אינטערסטעיטס: די רוטע 10 וועלכע לויפט פון לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, ביז דזשעקאנסוויל, פלארידע. די רוטע 80 וועלכע לויפט פון סאן פראנסיסקא, קאליפארניע, ביז טינעק, ניו זשערסי. און רוטע 90 וועלכע לויפט פון סיאטעל, וואשינגטאן, ביז באסטאן, [[מאסעטשוסעטס].
פון דרום צו צפון זענען פאראן 7 הויפט אינטערסטעיטס פון איין עק לאנד ביזן צווייטן: די רוטע 5 וועלכע לויפט פון סאן דיעגא, קאליפארניע, ביז בלעין, וואשינגטאן. די 15 וועלכע לויפט פון סאן דיעגא, קאליפארניע, ביז סוויטגרעז, מאנטענע. די 35 וועלכע לויפט פון לערידאו, טעקסאס, ביז דולאט, מינעסאטע. די 55 וועלכע לויפט פון ניו ארלענס, לואיזיענע, ביז שיקאגא, אילינוי. די 65 וועלכע לויפט פון מאביל, אלאבאמא, ביז גערי, אידיאנא. די 75 וועלכע לויפט פון מיאמי, פלארידע, ביז סאלט סט. מאריא, מישיגען. און די 95 וועלכע לויפט פון מיאמי, פלארידע, ביז האלטאן, מעין.
ווען א אינטערסטעיט דעגרייכט א באוואוינטע שטאט וועלן די ארומיגע בעלטוועיס האבן 3 נומערן און נוצן די לעצטע צוויי די זעלבע פון די אינטערסטעיט. צום ביישפיל די 80 לויפט דורך דריי גרויסע שטעט און די דריי בעלטוועיס אין די דריי שטעט זענען 280, 480, און 680. אבער די בעלטוועי נומערן ווערן נישט קאנטראלירט איבערן גאנצן לאנד און דערפאר קענען זיין צוויי בעלטוועיס מיט די זעלבע נומערן.
טיילמאל איז פאראן אז די אינטערסטעיט אליינס ווערט א בעלטוועי אין שטאט און טוישט זיך צוריק צו די אינטערסטעיט ווען עס גייט ארויס פון שטאט. די מערסט באקאנטע אזא פאל איז אין וואשינגטאן די.סי. וועלכע ווערט ארומגערינגעלט פון די אינטערסטעיט 95 אבער ארום און ארום וואשינגטאן איז זי די 495 בעלטוועי. (עס איז באקאנט די אלטע פאליטישע אויסדרוק אויף וואשינגטאן: "אינעווייניג אינעם בעלטוועי").
די הויפט חכמה פון א הייוועי איז די אינטערטשענדזשעס וועלכע מיר רופן די עקזיטס. די לויפנדיגע טראפיק מעג זיך נישט אפשטעלן ווען אויטאס קומען אריין אדער גייען ארויס און דערפאר דארף מען זיכער מאכן אז עס זענען פאראן גענוג עקזיטס אין פארנומענע פלעצער כדי די טראפיק זאל נישט אריינפלייצן פון איין ארט.
עקזיטס האבן נומערן און דאס ווערט געטאן דורך צוויי סארט וועגן. די ערשטע וועג איז אז מען מען נוצט נומערן אין א רייע, אנגעהויבן פון נומער איינס ביי איין עק און אזוי ווייטער ארויף העכער און העכער. די צווייטע וועג איז אז מען נאמינירט די עקזיטס לויט די מיילן וואס מיינט אז צווישן די 69'סטע און 70'סטע מייל וועט זיין עקזיט נומער 69. די נומערן ווערן קאנטראלירט דורך די לאקאלע רעגירונגן און דערפאר קען די זעלבע אינטערסטעיט איבערגיין די זעלבע נומערן ווי עס איז דער פאל אויפ'ן 87 בעפאר און נאך אלבאני.
אינטערסטעיט סטאנדארטן
רעדאַקטירןדי פעדעראלע הייעוועי אקט וועלכע איז געגרינדעט געווארן צו בויען און פינאנצירן די אינטערסטעיט הייעוועי סיסטעם האט פארלאנגט א יוניפארם הייעוועי אין וועלכע אלע אינטערסטעיטס זאלן אויסקוקן אייניג און אלע זאלן האבן די זעלבע סטאנדארטן. אנגעהויבן פונעם בויען, אויפהאלטן, און איבערמאכן דארף אלעס גרייכן די באשטימטע אינטערסטעיט סטאנדארטן צו קענען טראגן דעם נאמען אינטערסטעיט. די סטאנדארטן זענען אויסגעארבעט געווארן דורך א ספעציעלע קאמיטע אינאיינעם מיט עטליכע אגענטורן אינערהאלב די פעדעראלע טראנספארטאציע דעפארטמענט.
טייל פון די הונדערטער סטאנדארטן רעכנען אריין: א גוטע איינטריט קאנטראל צו און פון די הייעוועי, ספיד לימיטס צווישן 50 און 70 מייל פער שעה, געוואנדן לויט די פארנומענקייט ארט פון די הייעוועי, א מינימום פון צוויי ליניעס אויף ביידע זייטן אפילו אין די פארשטופסטע ראודס, 12 פיסיגע ליניעס מיט שאולדערס פון ביידע זייטן, די רעכטע שאולדער מוז זיין 10 פיס ברייט און די לינקע נאר 4 פיס ברייט, די ספעציעלע איינגעקריצטע ליניעס אויף ביידע זייטן וועלכע רייבן די רעדער צו דערמאנען א דרייווער וועלכער איז אראפ פון ראוד, קלארע באשטימטע קאלירן פאר טאוולן, רעסט עריעס אין אלע ערטער וואו עס זענען נישט פאראן קיין באוואוינטע שטעטלעך, ספעציעלע אויסגעגראבענע באוואקסענדע אפטיילונג צווישן די צוויי דירעקציעס, א רייע ווארענונג און אינפארמאציע טאוולן אויסגעלייגט דורך מער פארגעשריטענע סטאנדארטן, און נאך צענדליגער וויכטיגע סטאנדארטן.
אינטערסטעיט הייעוועיס זענען געבויט מיט די פארגעשריטענסטע סטאנדארטן מיט'ן ציל נישט צו שטערן די טראפיק אפילו אין שווערע וועטערס. די ראודס זענען געפלאסטערט רינדיג אז אלע וואסער זאל אראפרינען, די סארט קוילן איז די שפעטסטע צו כאפן שניי, טרוקנט זיך שנעל אויס, און מאכט די ווייניגסטע שאדן פאר אויטא רעדער. ווען מען פארט ארויף אויף א אינטערסטעיט הייעוועי קען מען באלד שפירן אז מען איז אויפ'ן אינטערסטעיט ווייל עס שפירט זיך אויף די רעדער און אויפ'ן קאנטראל פון דעם אויטא. אויסער דעם זענען די אינטערסטעיטס די שענסטע און ריינסטע הייעוועיס אין לאנד אויף וועלכע עס איז געשמאק צו פארן.
פינאנצירונג
רעדאַקטירןאויפצוהאלטן און פארבעסערן די אינטערסטעיט סיסטעם קאסט א געשאצטע 100 ביליאן דאלאר פער יאר. דאס איז די טייערסטע פרייז וואס סיי וועלכע אנדערע לאנד צאלט פאר זייערע הייעוועיס און אמעריקע שטאלצירט דערמיט.
ווען די אינטערסטעיט סיסטעם איז געגרינדעט געווארן האט די רעגירונג באשטימט א קארגע 25 מיליאן דאלאר פאר די ערשטע צוויי יאר (954' און 955') און די איבעריגע האט מען געמוזט צוזאמנשטעלן פון טאלל אפצאלן און סטעיט פאנדונגן. בעפאר די אינטערסטעיט סיסטעם איז אריין אין קראפט זענען אסאך הייעוועיס געווען פריוואט פינאנצירט און די אינוועסטירער האבן איינקאסירט די טאלל אפצאלן. איינע פון די הויפט צילן פון די אינטערסטעיט סיסטעם איז אבער געווען צו עלימינירן יעדע סארט פריוואטע פינאנצירונג און אויך סטעיט פינאנצירונג ווייל די פעדעראלע רעגירונג האט געוואלט נעמען א פולע קאנטראל אויף די גאנצע הייעוועי סיסטעם.
מען האט אבער באלד איינגעזען אז עס איז נישט פאראן גענוג געלט און די רעגירונג האט דורכגעפירט לעגיסלאציע וועלכע האט צוגעגעבן פרישע 175 מיליאן דאלאר יערליך פאר די אינטערסטעיט הייעוועי סיסטעם. פרעזידענט אייזנהאוער האט פערזענליך גענומען א ראלע צו העלפן דעזיינען די אינטערסטעיט סיסטעם און האט געבעטן קאנגרעס ארויפצולייגן ספעציעלע שטייערן וועלכע זאלן קענען דעקן די קאסטן פון דעם פארגעשריטענעם הייעוועי סיסטעם וועלכע איז געלעגן אין פלאן צו זיין די פארגעשריטענסטע אין די וועלט. קאנגרעס האט אנגענומען דעם פארשלאג און מען האט באלד ארויפגעלייגט גאזאלין און מאטאר וויעקעל שטייערן וועלכע האבן אריינגעברענגט די נויטיגע פאנדן ביז 90 פראצענט.
שפעטער האט אייזנהאוער אויפגעשטעלט א ספעציעלע טראסט פאנד וועלכע איז פארבליבן ביז'ן היינטיגן טאג, פון וועלכע די גאנצע אינטערסטעיט ווערט פינאנצירט. די טראסט פאנד איז גענצליך זעלבשטענדיג און איז געראטעוועט פון יעדע סארט בודזשעט קריזיס.
אינטערעסאנטע פאקטן
רעדאַקטירן- אלע אינטערסטעיטס אינאיינעם לויפן 42,794 מייל. דאס מיינט אז אויב עס וואלט געווען איין לאנגע הייעוועי וואלט עס געקענט גרייכן פון ניו יארק קיין לאס אנדזשעלעס 7 מאל אהין און צוריק. און אויב די וואסערן וואלטן געווען יבשה וואלט עס דעגרייכט ביז סידני, אויסטראליע, 2 מאל אהין און צוריק.
- די לענגסטע אינטערסטעיט איז די 90 וועלכע לויפט פון סיעטל, וואשינגטאן, ביז באסטאן, מאסעטשוסעסט. אין מייל איז עס גענוי 3,085. די קורצסטע אינטערסטעיט איז די 97 וועלכע לויפט 17.5 מייל פון אנאפאליס, מערילענד, ביז באלטימאר, מערילענד. די לענגסטע אינטערסטעיט פון דרום צו צפון איז די 95 וועלכע לויפט א שטרעקע פון 1,892 מייל פון מיאמי, פלארידע, ביז האלטאן, מעין.
- אינטערסטעיטס לויפ'ן אדורך אלע אחוץ 5 הויפט שטעט. זיי זענען: דזשוניא, ארקענסאס. דאווער, דעלוועיר. דזשעפרעסאן סיטי, מיזורי. קארסאן סיטי, נעוואדע. און פיער, סאוט דעקאטע. ניו יארק סטעיט האט די מערסטע אינטערסטעיטס וועלכע ציילן אינאיינעם 29. אבער די מערסטע אינטערסטעיט מיילן איז אין טעקסאס וועלכע ציילט איבער 3,000 מייל.
- די אינטערסטעיטס קאסטן אפ די פעדעראלע רעגירונג צענדליגער ביליאנען דאלארן פער יאר. די געלטער גייען פאר'ן אויפהאלטן, איבערמאכן, און בויען נייע אינטערסטעיטס. איבער די יארן האט דאס שוין אפגעקאסט אנדערהאלבן טריליאן דאלאר.
- די טייערסטע אינטערסטעיט פאר דער רעגירונג איז די 95. כאטש עס איז נישט די לענגסטע לויפט עס אבער דורך די מערסטע שטעט וואס ברענגט די מערסטע קאסטן ביים בויען. די 95 לויפט פון מיאמי ביז מעין און שניידט אדורך 16 שטאטן אין מזרח, אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערסי.
אינטערסטעיט הייוועיס, (הויפט הייוועיס זענען אין רויז) | ||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
4 | 5 | 8 | 10 | 12 | 15 | 16 | 17 | 19 | 20 | 22 | 24 | 25 | 26 | 27 | 29 | 30 |
35 | 37 | 39 | 40 | 43 | 44 | 45 | 49 | 55 | 57 | 59 | 64 | 65 | 66 | 66 (W) | 68 | |
69 | 70 | 71 | 72 | 73 | 74 | 75 | 76 (W) | 76 (E) | 77 | 78 | 79 | 80 | 81 | 82 | ||
83 | 84 (W) | 84 (E) | 85 | 86 (W) | 86 (E) | 87 | 88 (W) | 88 (E) | 89 | 90 | ||||||
91 | 93 | 94 | 95 | 96 | 97 | 99 | (238) | H-1 | H-2 | H-3 | ||||||
Unsigned | A-1 | A-2 | A-3 | A-4 | PRI-1 | PRI-2 | PRI-3 | |||||||||
Lists | Main - Auxiliary - Suffixed - Business - Proposed - Unsigned Gaps - Intrastate - Interstate standards - Replaced |