אינערליך-פארברענונג מאטאר

(אַריבערגעפֿירט פון אינטערנל קאמבאסטשען ענזשין)
א קאלירטער אויטאמאביל מאטאר

אן אינעווייניק-פארברענונג מאטאר איז דער היינטיגע היץ מאטאר פאר די אלגעמיינע אויטאמאבילן, אז עס פארברענט די גאזאלין פון אינעווייניג הערמעטיש פארמאכט אין א צילינדער און נישט ווי אמאל אין די באן'ען וואס מ'האט פארברענט קוילן אינדערויסן צו שאפן ענערגיע. די רעאקציע פון גאזאלין געמישט מיט לופט וואס ווערט קאמפרעסט באשאפט גאז פון גאר הויכע טעמפרוטאר און פרעשאר וואס ווילן זיך פארשפרייטן און עקספלאודירט דורך א פינק פייער וואס ווערט ארויסגלאזט דורך א ווייער. דער הויפט אקט איז די הייסע גאזן וואס שטופט מיט קראפט זיך צו באפרייען, דורכדעם וואס עס וויל זיך צושפרייטן און ארויסגיין, דערמיט אנמאכענדיג באוועגונג און טרייבונג.

פיר-סטרויק מאטאררעדאַקטירן

 
אונזערע קארן האבן אלע פיר-סטרויק מאטארן
  1. די ערשטע טייל פון די פראדעצור איז: אינטעק, אוואו די גאזאלין און לופט קומען אריין אין די צילינדער.
  2. צווייטער שלאג פון די פראדעצור איז: קאמפרעסיע, אוואו די גאזאלין און לופט ווערן צוקוועטשט פון די שטעקן וואס פארט צוריק ארויף אין די חלל פון צילינדער מיט קראפט פון די פאריגע אראפשטויס. דאן גיט א שפריץ א פינק פייער אויף די קאמפרעסטע גאז מיט לופט.
  3. דריטער איז די פאוער קאמבאסטשען טייל, ווי עס עקספלאודירט מיט קראפט און דאס שטויסט צוריק אראפ דעם שטאנג, וואס דאס באשאפט פון די ענערגיע עס זאל ווערן קינעטיק ענערגיע וואס דאס טרייבט דעם קאר פארן און דרייען.
  4. עקסאסטשען ווי די פארברענטע גאז גייט ארויס. וחוזר חלילה...

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אינערליך-פארברענונג מאטאר