אידישער חינוך אין ניו יארק
דער אידישער חינוך אין ניו יארק ווערט באדראעט דורך פארשידענע עלעמענטן.
היסטאריע
רעדאַקטירןאין כסלו תשע"ט האט דער ניו יארקער עדיוקעישן דעפארטמענט ארויסגעשטעלט פרישע פארשריפטן וועלכע שטעלט אוועק רעגולאציעס איבער לימודי חול פאר אלע פריוואטע שולעס אין ניו יארק, און דאס האט געשטעלט א פראבלעם פאר מוסדות התורה צו נאכקומען.
די נייע רעגולאציעס האבן פארלאנגט פיל מער שעות פון סעקולארע שטודיעס און פארלאנגט א מינימום פון 6 שעה א טאג ביז די 8טע קלאס, א זאך וואס לאזט נישט איבער קיין צייט פאר לימודי קודש, און געזאגט אז די עדיוקעישן דעפארטמענט וועט שיקן אינספעקטארס צו אונטערזוכן אויב די מוסדות קומען נאך די פארשריפטן. די פארשריפטן האבן פארלאנגט אז קינדער ביז די 4טע קלאס דארפן לערנען זיבן נושאים אין לימודי חול (ענגליש, מאטעמאטיקס, פיזיקס, טעכנאלאגיע, היסטאריע און ציווילע שטודיעס) און קינדער העכער די 5טע קלאס דארפן לערנען און אויסער דעם דארף מען אויך איינפירן ״ארט פראגראמען״ צו אויסלערנען די קינדער מאלן, זינגען, טאנצן א.ד.ג.[1]
מוסדות קאמף פארן חינוך
רעדאַקטירןראשי המוסדות און רבנים האבן אפגעהאלטן באראטונגען וויאזוי צו באהאנדלן די פארשריפטן. עסקנים פון ״פערלס״ האבן געארבייט צו פארשטעלן פאר די עדויקעישן דעפארטמענט א פולע פראגראם פון די לימודים וואס תלמידי המוסדות באקומען אין ניו יארק, און צייגן אז די קינדער באקומען א גוטע און פולקאמע חינוך, און דארפן נישט אנקומען צו די ״טובות״ פון דרויסנדיגע פארזארגער.[1]
מיטוואך ויגש, ד’ טבת תשע”ט איז געהערט געווארן א שארפע ארויסטריט פון א קאטוילישע ארגענעזאציע וועלכע פארטרעט בערך 500 הונדערט קאטוילישע שולעס לענגאויס ניו יארק סטעיט, אין וועלכע זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן אין קיין פאל נישט אריינלאזן קיין אינספעקטארס פון דער סטעיט’ס ערציאונג דעפארטמענט אין זייערע שולעס. דאס האט געצייגט אז די ניייע אנטי-חינוך פארשריפטן זענען עפעס וואס אפילו אנדערע פריוואטע שולעס קענען זיך נישט צושטעלן.[2]
טיילווייזע צוריקטרעט פון סטעיט
רעדאַקטירןטבת תשע”ט האט די ניו יארק סטעיט ערציאונגס דערפארטמענט טיילווייז צוריקגעצויגן פון דער פארלאנג אז מען זאל לערנען כאטש 7 שעה א טאג לימודי חול, אבער האבן נאך אלס פארלאנגט אז עס זאל זיין א מינימום פון 17 און א האלב שעה א וואך פאר אפער עלעמענטרי קלאסן (כיתות ה’ און ו’). אדמיניסטראטארן סיי פון מוסדות התורה און סיי פון נישט אידישע פריוואטע שולעס האבן זיך אויסגעדרוקט אז די זארג איז נישט איבער די רעגולאציס נאר איבער דער נייער פרעצעדענט אז די סטעיט רעגירונג זאל האבן א ווארט איבער לימודים פון פריוואטע שולעס א זאך וואס קען האבן ווייטגרייכנדע פאלגן, און דער האפענונג איז אז די רעגירונג זאל גענצליך איבערלאזן סיי וועלכע באשלוסן אנבאלאנג לימודים אין ישיבות אין די הענט פון די מנהלים וראשי ישיבה.[3]
קאונסילליייט דרוקן אויס זארג איבער נייע פארשרפטן
רעדאַקטירןא גרופע פון 28 ניו יארק סיטי קאונסיל מיטגלידער האבן דאן געשיקט א בריוו צו די ניו יארק סטעיט עדזשוקעשאן דעפארטמענט אויסצדרוקן קעגנערשאפט פאר די נייע פארשריפטן פאר פריוואטע שולעס.
דער בריוו האט ארויסגעברענגט אז די נייע פארשריפטן גייען פיל ווייטער ווי בלויז לערנען די מינימאלע לימודי חול וואס פעלט זיך אויס, און האט אויסגעדרוקט זארג אז דער סטעיט טוט דערמיט צופיל אריינרעדן אין פריוואטע שולעס וואס זיי זאלן יא אדער נישט לערנען.
די קאונסיל מיטגלידער האבן אויך ארויסגעברענגט אז די פארשריפטן זענען געשריבן געווארן אן זיך אדורכרעדן מיט אנדערע צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.[4]
ניו יארקער ישיבות קלאגן אן קאמישאנער איבער דיסקרימינאציע
רעדאַקטירןסוף שבט האט דער פאראיין פון פריוואטע שולעס אין ניו יארק האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די נייע רעגולאציעס אין נאמען פון אירע 196 שולעס אין ניו יארק.
אגודת ישראל, תורה ומסורה, און נאך עטליכע ארגאניזאציעס און ישיבות האבן אויך אריינגעגעבן א פאראייניגטע אנקלאגע אין א געריכט אין אלבאני קעגן די ערציאונגס קאמישאנער פון ניו יארק מאריעלען עליע אין וועלכע זיי זאגן אז זי דיסקרימינירט קעגן ישיבות און פארלעצט די ציווילע רעכטן פון עלטערן מיט אירע פארשריפטן און רעגולאציעס וואס זי האט ארויפגעלייגט אויף די ישיבות איבער וויפיל אלגעמיינע לימודים מען מוז לערנען.
די ישיבות וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם קלאגע זענען מתיבתא רבי חיים בערלין, ישיבה תורה ועבודה, מתיבתא תפארת ירושלים, ישיבת רבי יעקב יוסף און ישיבת חתן סופר, און זיי ווייזן אן אז זיי געבן א גוטע ערציאונג און די תלמידים זענען באהאווענט גענוג מיט לימודי חול וואס פעלט זיך אויס, און די פארשריפטן פון די קאמישאנער זוכט צו ארויפצווינגען שעות וועלכע זענען אוממעגליך פאר א ישיבה מיט לימודי קודש.
דער קלאגע זאגט אויך אז די סטעיט טוט פארלעצן די קאנסטיטוציאנאלע רעכטן פון עלטערן צו באשליסן וואספארא סארט חינוך זיי ווילן פאר זייערע קינדער.[5]
זי האט פונדאסניי אריינגעגעבן אירע אנטי-חינוך גיידליינס פאר'ן דערמאנטן באורד. דעם זעכציג-טאג פעריאד ווען מען קען פועל'ן און זיך איינבעטן ביים באורד, אז זיי זאלן רחמנות האבן און אפראטעווען דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.
סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער רעזיגנירט
רעדאַקטירןמאנטאג בלק, י”ב תמוז תשע”ט האט די ניו יארק סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער מעריעלען עליא געמאלדן אז זי וועט רעזיגנירן פון איר אמט, א מעלדונג וואס האט געכאפט יעדן אין סורפרייז, אריינגערעכנט די "באורד אוו רעגענטס" וועלכע האבן איבערזיכט אויפ'ן עדיוקעישאן דעפארטמענט. עליא'ס רעזיגנאציע איז געקומען נישט לאנג נאכדעם וואס זי האט פונדאסניי אריינגעגעבן אירע אנטי-חינוך גיידליינס פאר'ן דערמאנטן באורד.[6]
חתימות איבער חינוך רעגולאציעס
רעדאַקטירןסוף זומער תשע"ט האבן עסקנים געברענגט חתימות פון איבער 135 טויזנט עלטערן וועלכע האבן קינדער אין פריוואטע שולעס איבער ניו יארק אין וועלכע זיי דרוקן אויס קעגנערשאפט צו די פרישע רעגולאציעס פון דעם שטאַט׳ס בילדונג קאמישאנער וועלכע פארלאנגען ׳עקוויוועלענסי׳ — דאס הייסט אז מוסדות התורה זאלן צושטעלן די זעלבע מאס סעקולארע לימודים ווי די אלגעמיינע מוסדות. די רוב איז געקומען פון עלטערן פון מוסדות התורה, אבער אויך טויזנטער עלטערן פון פריוואטע שולעס פון אנדערע רעליגיעס להבדיל האבן זיך צוגעשטעלט צום קאמפיין.[7]
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ a b פיינע נייעס – פרייטאג ויצא, ט”ו כסלו
- ↑ פיינע נייעס – דאנערשטאג ויגש, ה’ טבת תשע”ט
- ↑ פיינע נייעס – דאנערשטאג ויחי, י”ב טבת תשע”ט
- ↑ פיינע נייעס – פרייטאג ויחי, י”ג טבת תשע”ט
- ↑ פיינע נייעס – פרייטאג פקודי, א’ אדר תשע”ט
- ↑ פיינע נייעס – דינסטאג בלק, י”ג תמוז תשע”ט
- ↑ פיינע נייעס – מיטוואך שופטים, ד’ אלול תשע”ט