איבן פולגאר
איבן פּולגאַר איז געווען אַ שפּאַניש־יודישער פֿילאָזאָף און פּאָעט. האָט געלעבט אין די ערשטע העלפֿט פֿון 14טען יאָרהונדערט. ער האָט איבערגעזעצט אײניגע שריפֿטען פֿון יצחק אַלבאַלי, געשריבן אײניגע װערק פֿון גרױסער װיכטיגקײט, אין װעלכע ער צײגט אַ מערקװירדיגען כח צו דיספּוטירען איבער רעליגיעזע פֿראַגען. איבערהױבט צײכענט ער זיך אױס אין זײן "ער הדעת" אין 5 חלקים אין אַ דיאַלאָגישן פֿאָרם. זײן װערק פֿון שירים איז גוט אַבער זײן גרױסקײט זעהט זיך אין זײנע פּראָזאַישע װערק פֿון װעלכע עס זײנען אַרױס נישט אַלע, ער בעשטרײט דאָס קריסטנטום אונערשראָקן, און צײגט אָן אַז דער גאַנצער פֿונדאַמענט פֿון קריסטענטום איז געבױט אױף אַ פֿיגוראַטיװע איבערזעצונג אָדער אױסטײטשונג פֿון דער ביבל. פֿיגוראַטיװע איבערזעצונגען זײנען שלעכטע רעפּרעזאַנטן פֿון דעס אָריגינאַל. ער בעשטרײט אױך די אַסטראָלאָגיע, די פֿרײדענקער און די סקעפּטיקער. זײנע װערק האָבען געדיענט אַלס אַן אַרסענאַל פֿון װאַפֿען פֿאַר פֿיעלע שפּעטערע דיספּוטאַנטן.
געבורט | המאה ה־13 |
---|---|
טויט | המאה ה־15 |
מדינה | שפּאַניע |
פאך | פילאסאף, דיכטער, רב |
קוואַלן
רעדאַקטירןדער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „איבן פּולגאַר” אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 2), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.