אור זרוע לצדיק איז א ליקוט ספר צוזאמגענומען די תורות און חידושים פון אלע ספרים פונעם חתם סופר אויף די הייליגע טעג אנגעהויבן פון חודש אלול ביז שמיני עצרת.

יעדע שטיקל האט א קעפל מיטן תוכן פון וואס עס ווערט ארויסגעברענגט אין דעם פאלגענדן ציטאט.

דער ספר אנטהאלט צוויי-הונדערט ניין-און-אכציג זייטן און איז ארויסגעגעבן געווארן דורך מכון חתם סופר אין יאר תשמ"ה אין ירושלים.