אוצר בית דין
אוצר בית דין איז אן עצה וויאזוי צו האנדלען מיטן שניט פון פירות וואס וואקסן אין (אדער נאך) דעם שמיטה יאר מיט קדושת שביעית, און פארטיילט די פירות צו קאנסומערס אין אזא אופן וואס אסאך פוסקים האלטן איז אויסגעהאלטן על פי הלכה. אוצר בית דין איז א וועג אפצוזעצן די פירות וואס, לויט די הלכות פון שמיטה וואלט מען געדארפט איבערלאזן אויף די ביימער און לאזן מענטשן קומען אליין צו שניידן.[1]
אין די לעצטע שמיטה יארן זענען די אוצר בית דין'ס מטפל מיט די ביימער אז זיי זאלן געבן גוטע פירות און זיי היטן אז קיין פריוואטע מענטשן זאלן נישט קומען שניידן די פירות. אפטמאל איז דער אוצר בית דין ממנה אלס זייער שליח דער פארמער וועמען ס'געהערט די פלאנטאציע. נישט אזוי ווי דער היתר מכירה וואס די חרדים האבן געפסל'ט מכל וכל (לויטן פסק פונעם חזון איש) חפון אלע אשכנזישע חרדים האשכנזים און אפילו א היבש טייל פון די דתיים הלאומיים און די ספרדים, אבער אוצר בית דין איז אנגענומען ביי א גאנץ ברייטן ציבור אחוץ פון דער עדה החרדית וואס דערגעגנט זיך צום היתר פון אוצר בית דין. א טייל פונעם ציבור הדתי זעט נישט אוצר בית דין אלס א דיעבד נאר אפילו לכתחילה.
דער ערשטער אוצר בית דין אין מאדערנע צייטן
רעדאַקטירןאין תר"ע (וואס איז געווען א שמיטה יאר) איז הרב צבי הירש כהן, א תלמיד חכם פון רחובות וואס האט געהאט וויינגערטנער און סאדן, געוואנדן צום בית דין פון ירושלים און געבעטן זיי צו פונקציאנירן אלס זיין בית דין צו טיילן די וויין און פירות וואס וואקסן אין זיינע סאדן אינעם שמיטה יאר. דער אב"ד פון ירושלים, הרב חיים בערלין, האט אונטערגעחתמעט דעם קאנטראקט (וואס עקזיסטירט נאך ביזן היינטיגן טאג) צוזאמען מיט הרב יוסף חיים זאנענפעלד און הרב הירש פסח פראנק און אויך די דיינים הרב ישראל יעקב יעב"ץ און הרב משה נחום וואלנשטיין. בכדי די יידן אין ירושלים זאלן קענען באקומען וויין און פירות האט מען געדארפט מסדר זיין ווער זאל אראפנעמען די פירות, מאכן וויין פון די טרויבן און פירן די פראדוקטן קיין ירושלים. דערפאר האט דער בית דין ממנה געווען הרב כהן צו ווערן דער שליח בית דין צו פארטרעטן די יידן אין ירושלים און צו זיין דער פארוואלטער פון אלע ארבעט וואס וועט זיין נייטיג. אלס שליח האט ער באקומען זיין לוין ווי אויך די אלע וואס האבן געדארפט ארבעטן ביים אראפנעמען און צעדריקן און טראנספארטירן די תבואה, אבער קיינער האט נישט באקומען קיין רווחים.[2]