אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט
(אַריבערגעפֿירט פון אונטערקארפאטישע וואויוואדעשאפט)
די אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: Podkarpackie פאדקאַרפאַצקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום־מזרח פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער ריישער, פשעמישלער, קראסנער און (טייל פון) טארנער און טארנאבזשעגער וואיעוואדעשאפטטן.
דער נאמען פון דעם פראווינץ שטאמט פון דער נאנטקייט צו די קארפאטן בערג. איר הויפטשטאט איז ריישע.
די פראווינץ האט גרענעצן מיט קליינפוילן צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון־מערב, לובלינער וואיעוואדעשאפט צו צפון, אוקראינע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 17,844 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 2,096,971 (אין 2006). די פראווינץ איז זייער בערגיק, און האט אסאך וועלדער וואס באדעקן 35.9% פונעם גאנצן שטח.
גרעסערע שטעט
רעדאַקטירןשטאט | פוילישער נאמען | איינוואוינער |
---|---|---|
ריישע | Rzeszów זשעשוף | 171.330 |
פשעמישל | Przemyśl פזשעמישל | 66.756 |
ראזוואדאוו | Stalowa Wola סטאַלאוואַ וואלאַ | 64.753 |
מעליץ | Mielec מיעלעץ | 60.979 |
דזשיקאוו | Tarnobrzeg טאַרנאבדזשעג | 49.753 |
קראסנע | Krosno קראסנא | 47.455 |
דעמביץ | Dębica דעמביצאַ | 46.693 |
יעראסלאוו | Jarosław יאַראסלאַוו | 40.167 |
סאָניק | Sanok סאַנאק | 39.110 |
יאסלא | Jasło יאַסלא | 37.277 |