ר' אהרן איז געווען רב אין דעם שטעטל בראַסלעװ (וואס געפינט זיך היינט אין אוקראינע) אין די יארן פון ה'תקס"ב - ה'תר"ו. ער איז דערנענטערט געווארן צו ר' נחמן מברסלב אין די צייטן ווען ר' נחמן האט געוואוינט אין מעדווידיווקא.

זיינע יוגנט יארן

רעדאַקטירן

ר' אהרן איז געווען א תלמיד אין זיין יוגנט פון דעם צדיק ר' אהרן פון טיטיוב, אן אייניקל פון בעל שם טוב, ער איז געווען זייער א חשובער יונגערמאן, און געשטאמט פון גרויסע גאונים און צדיקים, ווי עס איז צו זען אינעם ספר היחוס וואס זיין אייניקל דער טשעהרינער רב רעכנט אויס אכצן דורות ארויף וואס אלע זענען געווען רבנים און דיינים אין אידישע שטעט.

ר' אהרן האט געהאט א מומע, א שוועסטער פון זיין מאמע, אין דער שטאט מעדווידיווקא, זי איז געווען נאנט צו דעם צדיק ר' נחמן מברסלב, ר' נחמן האט דאן געוואוינט אין מעדווידעווקא, איינמאל האט די מומע געמאכט א שמחה אין דער משפחה און האט געלאדנט אלע אירע משפחה מיטגלידער, זי האט אויך גערופן איר פלומעניק ר' אהרן, האט ר' נחמן צו איר געשיקט, אויב דיין פלומעניק וועט קומען צו דיר שיק אים גלייך צו מיר, גלייך ווען ער איז געקומען האט אים די מומע געזאגט גיי צו ר' נחמן, אבער ער איז געקומען פון א לאנגן וועג, ער איז אים געווען קאלט האט ער זיך געוואלט קודם אנווארעמען, אבער זי האט אים געזאגט דו מוזט שוין גיין צו דעם רבין ער וויל דיך זען, איז ער געגאנגען גלייך, ער האט נאך נישט געהאט אויסגעטון דעם שווערן פעלץ פון דעם וועג, און איז אריין צו דער שטוב פון ר' נחמן מיט זיינע ווינטערדיגע בגדים, ר' נחמן האט אים געגעבן די האנט און געזאגט, עס איז דיר קאלט, ביי מיר וועסטו זיך אן ווארימען, גלייך האט אים ר' נחמן מיט זיין גרויס חכמה געצויגן צו זיך, ר' אהרן איז זייער נתפעל געווארן פון ר' נחמן, ער האט זיך אויסגערעדט פאר אים אלץ וואס שטערט אים, און איז געצויגן געווארן צו אים ווי א מאגנעט, ער איז שוין געבליבן פאר א צייט אין מעדווידעווקא ווייל ער האט זיך נישט געקענט אפרייסן פון זיין נייעם רבין.

זיין נאנטקייט צו זיין רבין ר' נחמן

רעדאַקטירן

אין יענער צייט ווען ער איז געווען אין מעדווידעווקא, איז ער איינמאל געגאנגען זיך טובל'ן אין א וואסער צוזאמען מיט ר' נחמן מברסלב, ר' אהרן איז געווען א דערהויבענער איד, און האט זיך גע'טובל'ט מיט גרויסע כוונות, מיט יחודים און שמות, ר' נחמן האט דאס גלייך פארשטאנען, זאגט אים ר' נחמן, האסט זיך שיין גע'טובל'ט, וועסטו זיין נאנט צו מיר וועסטו זיך שענער קענען טובל'ן.

ווען ר' נחמן איז אריבער וואוינען קיין ברסלב, האט ער געזאגט פאר די עשירים פון שטאט וואס האבן אים גערופן, איך בין מסכים צו קומען צו אייך נאר מיטן תנאי אז איר נעמט אויף מיין אהר'לע אלס רב אין שטאט, אזוי איז טאקע געווען, ר' אהרן איז מיטגעקומען קיין ברסלב, און איז דארט פון דאן אן געווארן רב. ר' נחמן האט געזאגט נישט נאר אים דארף די ברסעלעווער אידן גיבן א יישר כח נאר אפילו פאר די פערד וואס האבן אים געברענגט קיין ברסלב דארף מען מחזיק טובה זיין.

איינמאל האט אים ר' נחמן געזאגט: איך האב דיך זייער ליב, דעריבער וואונטש איך דיר אז אויף יענער וועלט זאלסטו פארשטיין מיינע שיחות חולין, אפילו מיינע פשוטע רייד.

זיין נאנטקייט צו ר' נתן מברסלב

רעדאַקטירן

ר' אהרן איז געווען א נאנטער חבר און א גרויסער ידיד פון ר' נתן מברסלב. ביידע האָבן געוואוינט אין שטאט בראַסלעװ, זיי האבן געפירט באזונדערע חבורות, ר' אהרן איז געווען דער צענטראלער רב אין שטאט, און ר' נתן האט געפירט א חבורה אין בית המדרש פון ברסלב, וואס איז געווען געבויט אויפן פלאץ וואו ר' נחמן זיי רבי האט דארט געפירט ווען ער האט געוואוינט אין ברסלב.

עס איז מערקווירדיג דאס כאטש דער זון פון ר' אהרן איז געווען פריער אן איידעם ביי ר' נתן מברסלב, און זיי האבן זיך זיך גע'גט, דאך איז די נאָענטקײַט צווישן די צווי געוועזענע מחותנים געבליבן די זעלבע. ר' נתן שרייבט אין זיינע בריוון עלים לתרופה עטליכע מאל צו זיין נאנטער חבר ר' אהרן.

זיין משפחה

רעדאַקטירן

ר' אהרן האט איבערגעלאזט צוויי קינדער. 1) ר' נחמן (ווארשיינדלעך האט ער אים אזוי גערופן נאך זיין רבי ר' נחמן מברסלב). ר' נחמן איז געווארן אן איידעם ביי ר' נתן מברסלב, דעם גרויסן תלמיד פון ר' נחמן, ער האט גענומען פאר א ווייב די טאכטער פון ר' נתן, חי' צירל. אבער זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, זיי האבן זיך גע'גט. חי' צירל האט שפעטער חתונה געהאט מיט ר' ברוך דער איידעם פון ר' נתן מברסלב.

2) ר' צבי אריה, ער איז געווארן רב אין שטאט נאך דעם וואס זיין טאטע איז נפטר געווארן. ר' צבי אריה איז געווען א ברעסלעווער חסיד, א תלמיד פון ר' שמואל אייזיק מדאשיב דער תלמיד פון ר' נחמן מברסלב.

ר' צבי אריה האט איבערגעלאזט צוויי זין, דער ערשטער איז געווען ר' ער האט איבערגענומען דאס רבנות שטעלע אין בראסלעוו נאך דעם וואס זיין טאטע ר' צבי אריה איז נפטר געווארן. דער צווייטער איז געווען דער באקאנטער גאון און בעל מחבר פון וואונדערליכע ספרים ר' נחמן דער רב פון טשעהרין.