אברהם יהושע העשל (קאפיטשיניץ)

רבי אברהם יהושע העשל (ד' אייר ה'תרמ"ח - ט"ז תמוז ה'תשכ"ז), פון קאפיטשיניץ - ניו יארק.

אברהם יהושע העשל
געבורט אפריל 1888
הוסיאטין, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט יולי 1967 (אלט 79) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם'ניו איז געבוירן אין הוסיאטין ד' אייר ה'תרמ"ח, צו זיין פאטער הרב יצחק מאיר העשל פון קאפיטשניץ, א זון פון הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, "דער אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת גיטל א טאכטער פון הרב מרדכי פייביש פרידמאן פון הוסיאטין.

אין תרס"ט האט ער חתונה געהאט מיט מרת שרה ברכה, א טאכטער פון זיין פעטער רבי משה מרדכי העשל, דער מעזשביזשער רבי אין ווארשע.

נאך זיין חתונה ווען רבי אברהם'ניו האט געוואינט אין פוילן ביי זיין שווער, האט ער זיך באקאנט געמאכט מיט די גרויסע תורה פערזענליכקייטן פון פוילן, שפעטער איז ער צוריק געפארן קיין קאפיטשניץ. ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז רבי אברהם'ניו אנטלאפן קיין וויען, און ער האט דארט אנגעפירט מיט זיין ארבעט פון צדקה און פדיון שבויים.

אין יאר תרצ"ו נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי אברהם'ניו געווארן קאפיטשניצער רבי אין וויען, ווען די נאציס זענען אריין געקומען האבן זיי אים ארעסטירט און געפייניגט, דורך א נס איז ער באפרייט געווארן און אנטלאפן קיין אמעריקא.

רבי אברהם'ניו האט זיך באזעצט אין דער איסט סייד און געעפנט דארט זיין בית המדרש בית אברהם, אין יאר תשכ"ה איז ער אריבער קיין בארא פארק.


רבי אברהם'ניו איז נפטר געווארן ט"ז תמוז ה'תשכ"ז, און מען האט אים ארויפגעפירט קיין ארץ ישראל און ער ליגט אין דעם אלטן בית עולם פון טבריה.

רבי אברהם'ניו האט געהייראט אלול תרס"ט אין ווארשא מרת שרה ברכה ( - כ' תמוז ה'תשי"ד), א טאכטער פון הרב משה מרדכי העשל פון ווארשע. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל העשל, פון ניו יארק.
  • רבי משה מרדכי העשל, ממלא מקום פון פאטער, אלץ קאפיטשניצער רבי'ן.
  • הרב משולם זוסיא העשל.
  • מרת לאה רחל, די ווייב פון הרב אפרים פישל הורוויץ הי"ד , רב פון סטאניסלאוו.

מרת חוה, די ווייב פון הרב שניאור זלמן גורארי' פון די גרעסטע מקורבים פון דעם ליובאוויטשער רבי'ן.

  • מרת בת שבע, די ווייב פון הרב אהרן דוד פלינטנשטיין.
  • מרת מירל, די ווייב פון הרב אהרן אריה יהודה לייב גארטנהויז.
  • מרת מרים, די ווייב פון הרב יוסף מרדכי פינק.
  • מרת מלכה ( - כ"ג אדר ה'תשל"א), די ווייב פון הרב אהרן לעמבערגער ( - י"א טבת ה'תשכ"ח), פון תל אביב.
  • מרת חיה פערל, די ווייב פון הרב יעקב יוסף טווערסקי, א זון פון הרב מרדכי ישראל פון חאטין.

דער היינטיקער קאפיטשיניצער רבי אין ארץ ישראל איז רבי יקותיאל זוסיא העשל, זון פון רבי משה מרדכי. אין אמעריקע איז רבי יצחק מאיר פליטנשטיין קאפיטשיניצער רבי.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר