אברהם זכות
ר' אברהם זכות איז געבוירן אין יאהר ה'רי״ב אין סאלאמאנקא און נפטר געווארן אין יאהר ה'רע"ה. זיין פאטער איז ר' שמואל ב"ר אברהם זכות. א תלמיד פון דעם גדול ר' יצחק אבוהב.
געבורט |
12 אויגוסט 1450 Q217196 |
---|---|
טויט |
1515 (אלט 64 בערך) אטאמאנישע אימפעריע |
לערנארט | אוניווערסיטעט פון סאלאמאנקע |
ר' אברהם איז געווען א גרויסער גאון א בקי אין ש"ס ופוסקים, א גרויסער בעל מקובל, און א קלוגער אין פארשידענע חכמות ווי איסטארלאיגע שטערן, און היסטאריע, ער האט געשריבן דעם באקאנטן ספר ספר היוחסין, וואס איז פון די ערשטע היסטאריע ספרים ביי יודן. ער איז אויך געווען א מאטעמאטיקער און אן אסטראנאם און ער איז געווארן דער קעניגלעכער אסטראנאם אין פארטוגאל.
ער איז געבוירן אין סאלאמאנקא אין ספרד, און פון דארט איז געגאנגען קיין תוניס, איבעראל האבן גוים און אידן צוגלייך איהם מקבל פנים געווען צו הערן זיין חכמה.
עס ווערט פארציילט א אינטערעסאנטע מעשה פון זיין חכמה, אז איינער פון די קעניגן פון ספרד האט געהאט גרויס קנאה אויף אים, און האט באשלאסן איהם אויסשפילן, ער האט אים געפרעגט צי ער ווייסט פון וועלכן טויער ער וועט ארויס גיין פון דער שטאט און פון וועלכן ער וועט צוריק אריין קומען. ר' אברהם האט מיט זיין חכמה פארשטאנען אז דער קעניג וויל אים שלעכטץ טון, האט ער געזאגט אז ער ווייסט, ער וועט עס פארשרייבן אויף א פאפיר, און ווען דער מלך וועט צוריק קומען וועט ער זען אז דארט שטייט פונקטליך געשריבן פון וואו ער איז ארויס.
ר' אברהם האט אפגעשריבן אויף א פאפיר, מען האט באהאלטן די פאפיר און קיינער האט נישט געטארט אריין קוקן דערין, דער מלך איז געגאנגען און האט אויסגעהאקט א נייעם טויער ארויסצוגיין פון דער שטאט, און איז פון דארט ארויס און צוריקגעקומען, דער מלך האט צוזאמען גערופן יעדן צו ווײַזן אז ר' אברהם איז א ליגנער, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן ווען מען האט אויפגעמאכט דעם פאפיר איז דארט געשטאנען אז דער מלך וועט אויסהאקן א נייעם טויער פון דארט וועט ער ארויסגיין פון דער שטאט (נשמת חיים פכ"ב מאמר ג').
דער משנת חכמים פון מהר"ם חגיז שרייבט אויב ווילסטו וויסן פונקטליך די שלשלת היוחסין פון די חכמי המשנה און פון די חכמי גמרא, זאלסטו שטענדיג קוקן אין דעם גלוסטיגן ספר היוחסין.