עבי שטיין

טראנסזשענדער אקטיוויסטין, שרייבער, און רעדנער
(אַריבערגעפֿירט פון אביגיל (עבי) שטיין)

אביגיל ״עבי״ חוה שטיין (ענגליש: Abby Stein; געבוירן דעם 1טן אקטאבער 1991 מיטן נאמען "ישראל אברהם (שרולי) שטיין") איז אן אמעריקאנער טראנסזשענדער אקטיוויסט,[1] שרייבער, רעדנער, און אפגעפארענער געוועזענער חסיד.

עבי שטיין
Abby Stein
געבורט 1 אקטאבער 1991 (אלט 33)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט מאנהעטן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.abbychavastein.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אביגיל ביי א דרשה אין דעם קאליפארניע אוניווערסיטעט

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

אביגיל חוה, וועלכע איז מער באקאנט איבעראל אלס "עבי", איז געבוירן געווארן אין 1991 אין וויליאמסבורג, אלס א יונגל מיטן נאמען ישראל אברהם שטיין, צו זיין פאטער רבי מנחם מענדל שטיין דער סאווראנער רב און זון פונעם פאלטיטשאנער רבי, רבי מרדכי שטיין, און צו זיין מוטער מרת חיה שיינדיל, טאכטער פון רבי יוסף משה מייזליש, דער געוועזענער ווייטצענער רב פון ברוקלין. ער איז אויך אן אייניקל פונעם בעל שם טוב דער גרינדער פון חסידות.[2] ער איז דאס זעקסטע קינד פון 13 געשוויסטער. אלס קינד איז ער געגאנגען לערנען אין חסידישע מוסדות. שפעטער האט ער געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין דעם וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לעיק ניו יארק.

אין יאר 2010 האט ער געהייראט מרת פריידא הורוויץ וואס קומט אויכעט פון א רעבישער-משפחה, א קורצע צייט נאך דער חתונה איז זיי געבוירן זייער איינציגסטע קינד, דוד. אין יאר 2012 האט ער איבערגעלאזט די חרדישע געמיינדע און דעם חסידישן לעבן-שטייגער, און האט זיך גע'גט פון זיין פרוי.

אין יאר 2015 האט ער זיך דערקלערט טראנסזשענדער, און צוליב דעם האט זיין משפחה אפגעהאקט סיי וועלכער קאנטאקט מיט אים. זיין געשיכטע איז געווען באשריבן און אלע גרויסע צייטונגען אין אמעריקע, [3] און אין ישראל.[4] דער ערשטער ארטיקל איז געווען אין דער צייטונג פארווערטס אויף דער אידישער שפראך.[5]

אין יאר 2014 איז שטיין געווארן א סטודענט(קע) אין דעם פּרעזסטישפולן קאלומביע אוניווערסיטעט וואו ער האט שטודירט פרויען און מין (אידענטיטעט) שטודיעס, און די וויסנשאפט פון פירערשאפט.

שטיין איז הײַנט אַ באַקאַנטע מעדיאַ־רעדנער, און מען האָט געשריבן וועגן אים אין דער „ניו־יאָרק טײַמס און „ניו־יאָרק פּאָסט, און ער איז געוואָרן אַ מעדיאַ־סענסאַציע.[6]

זעט אויך

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן