אבות ובנים איז א אידישע מסגרת ווי אויך אן ארגאניזאציע וואס שטעלט צוזאם טאטעס מיט זייערע קינדער מוצאי שבת צו לערנען תורה אין די לאקאלע שולן פון אידישע געגענטן. מען טיילט מתנות און האלט גורל׳ס כדי די קינדער זאלן זיך וועלן באטייליגן.

די גרינדונג דערפון איז קאפירט אויך דאס ערשטע אבות ובנים מאדעל פון א איד אין מאנטשעסטער, ענגלאנד, וואס האט דאס אזוי גערופן, און מ'האט דאס אדאפטירט אין דער גארער אידישע וועלט.

אין אמעריקע ווערט דאס געפירט דורך הרב אונסדארפער פון בארא פארק, א קלויזנבערגער חסיד.

אין ארץ ישראל איז דאס צעטיילט צווישן צוויי פראקציעס אנגעפירט פון ירושלים און בני ברק, מיט זומער קעמפס פאר קינדער און אויספלוגן.

מערסטנס איז די אלע אבות ובנים פראקציעס אויסגעהאלטן און פינאנסירט דורך די גבאים און עסקנים אין יעדער שול עקסטער, און די הויפט קווארטיר שטעלט נאר צו מינימאלע עצות, צעטלעך און פריזן פאר די לאקאלען באזונדער.


וועבלינקען

רעדאַקטירן