אולטראַשאַל איז א טיפ קלאנג מיט א הויכער פרעקווענץ, העכער ווי 20,000 הערץ (20 קילאהערץ), וואס מענטשן קענען נישט הערן.

סאנאגראם

רעדאַקטירן

מעדיצינישער אַלטראַסאַונד אדער סאָנאָגראַם איז א טעכניק וואס מען נוצט פאר טעסט, אריינצוקוקען אינעם קערפער פון א פאציענט אדער טראגעדיגע פרוי, ווי דורך די קלאנגען פונעם מאשין, וואס קלאפט צוריק און ברענגט רעזולטאט, זעט מען וויאזוי די אינעווייניגע פראצעדור אנטוויקעלט זיך, און צו עס איז פארהאנען א אויסער'ארדענטליך געשעעניש.

די שטייגער וויאזוי מען האנדעלט דאס, איז מיטן שמירן א ספעציעלע דזשעלי אויפן קערפער, און דאס העלפט בעסער אז די ווידער'שטימע פונעם מאשין צום גליד - וואס מ'וויל בודק זיין, זאל געבן גוטע און קלארע רעזולטאטן, טראץ וואס די פליסיגקייט ווי וואסער צו בלוט אדער ליידיגע חלקים קענען אמאל שטערן, איז די דזשעלי הילפבאר צו א קלארע און קראנטערע טעסט רעזולטאט.

עס ווערט באנוצט בעיקר ביי פראבלעמען מיט די נירן, און ביי א מעוברת, צו זען דאס קינד אנטוויקלונג.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אולטראשאל

http://radiography.0catch.com/kidneys%20us.html (ארכיווירט 04.10.2013 ביי דער Wayback Machine)