Windows Calendar
Windows Calendar (װינדאָס־קאַלענדאַר) איז אַ קאַלענדאַר אפליקאציע אײַנגעבױט אין Windows Vista. די װינדאָס־קאַלענדאַר איז תּומך א iCalendar טעקע־מוסטער, און האָט די מעגלעכקײַט צו פּובליקירן די קאלענדאר פֿונקציעס צו דער נעץ מיט נוצן HTTP אדער WebDAV. אױך קען מען זײ פובליקירן אין אַ לאָקאַלער נעצװערק.
די Windows Calendar איז ענדלעך צו דעם Microsoft Outlook קאלענדאר, אױסער דעם װאָס מען קען פּובליקירן די קאלענדאר פֿונקציעס צו דער נעץ און עס קומט אײַנגעבױט מיט דער Windows, מען דאַרף עס ניט קױפן באַזונדער מיט דער Microsoft Office.
אין Windows 7 קומט דער קאַלענדאַר װי אַ טײל פֿון דער Windows Live און עס קומט ניט מער װי אַ טײל פון דער Windows אָפּערירן סיסטעם.
Windows Calendar פֿונקציעס
רעדאַקטירן- צײַגן דעם קאַלענדאַר װי אַ טעגלעכער, װאָכיקער און מאנאטלעכער מוסטער.
- באַשטימען אױפֿגאַבעס לױט דעם באַנוצערס פּריאָריטעט.
- אָנקלעפּן צעטלעך מיט קורצע באַמערקונגען.
- שיקן פֿאַרבעטונגען צו אַ בליצפּאָסט.
- שאַפֿן עטלעכע קאַלענדאַרן פֿאַר יעדער אײנציקער באַנוצער.
- מעגלעכקײַט צו פּובליקירן די Windows Calendar פֿונקציעס צו דער אינטערנעץ אדער צו א לאָקאַלער נעצװערק.