Scalidophora
Scalidophora — איז אַ גרופּע קדמון־חללדיקע בעלי חיים, וואָס שליסט איין Kinorhyncha, Priapulida און Loricifera [1] און אַ ריי אויסגעשטאָרבענע זגאַלן. זייער כאַראַקטעריסטישער מערקצייכן פון די דאָזיקע ווערעם איז די פאָדערשטע טייל פון קערפּער — אינטראָווערט — וואָס איז מסוגל אַריינצוציען אין קערפּער און וואָס טראָגט רייען פון העקלעך, וואָס הייסן סקאַלידן און וואָס האָבן געגעבן זייער נאָמען דער גאַנצער גרופּע. ס׳זיינען דאָ בערך 300 מאָדערנע זגאַלן, וואָס באַוואוינען ימען. פריער פלעגט מען די דריי קלאַסן פון Scalidophora פאַראייניקן צוזאַמען מיט Nematomorpha ("פערד־עק־האָר" ווערעם) אין Cephalorhyncha.
Scalidophora | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||
| ||||||
קלאַסן | ||||||
מאָרפאָלאָגיע
רעדאַקטירןהיינטצייטיקע דערוואַקסענע פאַרטרעטער פון Scalidophora קענען דערגרייכן 39 ס.מ., אָבער מערסטנס זיינען זיי זייער קליין, ביז ערך 200 מיקראָן.
די קערפּער סימעטריע איז גרונטזעצלעך בילאַטעראַל, אָבער אויסער דער זיינען אין קערפּער אויסערלעך און אינערלעך צונויפגעשמאָלצן נאָך עלעמענטן פון ראַדיאַלער סימעטריע.
אויסערלעך איז דער קערפּער פון Scalidophora אָנגעטאָן אין קוטיקול און טראָגן ניט קיין פיס. אין קערפּער קען מען אויסטיילן: אינטראָווערט (קאָפּ), האַלדז, לייב און אָפטמאָל אויך פאַרשיידנאַרטיקן עק.
קערפּער פאָרעם
רעדאַקטירןדי Scalidophora זיינען זייער כלערלייאיק וואָס שייך דער קערפּער פאָרעם. די גאַנצע פיל־מיניקייט צעטיילט מען אונטער אויף די דאָזיקע גרופּעס:
- וואָרעם־אַרטיקע פאָרמען (†Palaeoscolecida)
- זאַק־אַרטיקע פאָרמען (היינטצייטיקע Priapulida און אַ סך אויסגעשטאָרבענע גרופּעס)
- האַנטעל־אַרטיקע פאָרמען מיט לאָריקע (לאַרוועס פון Priapulida, לאַרוועס און דערוואַקסענע Loricifera)
- רערל־אַרטיקע זיציקע פאָרמען (†Selkirkia)
- ציגאַרעט־אַרטיקע (Kinorhyncha).
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Lemburg, C. (1995). Ultrastructure of sense organs and receptor cells of the neck and lorica of the Halicryptus spinulosus larva (Priapulida). Microfauna Marina 10: 7—30