2022 טויטליכע בראנקס שריפה
די 2022 טויטליכער בראנקס שריפה האט פאסירט אום 9טן יאנואר 2022, ווען א פייער אין א הויכשטאקיגער אפארטמענט געביידע האט אומגעברענגט 17 מענטשן, אריינגערעכנט 8 קינדער, אין א הויכן בנין אין דער בראנקס, ניו יארק סיטי, פאראייניגטע שטאטן.
44 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, 32 פון זיי מיט ערנסטע בראנד וואונדן, און 15 מיט קריטישע וואונדן.
די שריפה איז געווען די ערגסטע שריפה פון איבער דרייסיג יאר אין דער ניו יארק סיטי'ס היסטאריע.
רעזולטאט פונעם פייער
רעדאַקטירןאויספארשער זענען געקומען צו דעם אויספיר אז די שריפה האט אויסגעבראכן אין רעזולטאט פון א צעבראכענער הייצונג מאשין, וואס האט אויפגעריסן אין פלאמען. דער פייער האט געברענט נאר אין איין דירה, אין דער 19־שטאקיגער געביידע; אבער דער געדעכטער רויך וואס האט זיך פארשפרייט איבער דעם בנין אין רעזולטאט פונעם פייער דאס האט בעיקר פאראורזאכט די פילצאליגע קרבנות.
ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט נאך אן אויספארשונג האט געפעלט ספעציעלע טירן ביי די שטיגן וועלכע פארמאכן זיך אליינס, וואס דאס איז דעזיגנירט אפצוהאלטן רויך פון זיך פארשפרייטן איבער דעם בנין, און דא היות די טירן האבן נישט פונקציאנירט ווי געהעריג, אדער אפילו גענצליך געפעלט, האט דאס געפירט צו אזא שוידערליכער טראגעדיע – פון די ערגסטע אין ניו יארק סיטי.