װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/נאוועמבער ארכיוו 2005
דיאלעקטען פון אידיש
רעדאַקטירןבאדארף מען צו טוישן וואס א צווייטער האט געשריבען אין אן אנדערע דיאלעקט?
רעדאַקטירןדי פאלאסי ביי די ענגלישע וויקי, בנוגע אמעריקאנע און בריטישע ענגליש איז, אז מ'זאל נישט רעדאקטירען א בלעטל נאר צוליב די דיאלאקט דיפרענץ.
http://en.wikipedia.org/wiki/Wikipedia:Tutorial_%28Keep_in_mind%29#U.S._English_vs._British_English
די שאלה איז וואס די פאלאסי זאל זיין ביי אידיש. איך מיין אז וויבאלד ס'דא ליינער און שרייבער פון אלע דיאלעקטען איז נישט אויסגעהאלטן אלעס זאל מעגן זיין נאר אין איין דיאלעקט.
וואס האלט איר?
The problem here is not dialect differences, it is orthography.
אבער אז ס'דא טויזענטע אידן וואס ספעלן אזוי איז שוין נישט שייך צו זאגן וועלעכע עס איז די "ריכטיגע".
ס'איז דא נאך א שווערקייט: וויפיל ווערטער פון אנדערע שפרעכער קען מען אריינלייגן און נישט פארמישן אנדערע קוראים. ווען מען לייגט אריין צו פיל ווערטער אויף ענגליש - אזוי ווי ס'איז געווארן נארמאל אין אמעריקא - וועט אנדערע ליינערס - למשל פון א"י - נישט פארשטיין וואס מען רעדט.
פארשלאגען
רעדאַקטירןפאלגענד זענען עטליכע פארשלאגען ווי צו לעזן די חסידיש/ייווא פארבלעם.
דאפעלטע ארטיקלען
רעדאַקטירןס'זאל קענען זיין די זעלבע ארטיקלען אין ביידע שפראכען. למשל ביי קאמפיוטערס וועט זיין געשריבן אין חסידיש און ביי קאָמפּיוטערס וועט זיין געשריבן אין ייוויש.
איידעלע ריינע וויקיפידיע
רעדאַקטירןס'איז מעגליך צו פארלאנגען פון וויקיפידיע צו עפענען נאך א אפטיילונג: חסידיש-היימיש.
נישט קיין מחלוקת נייעסן, נישט קיין קריגעריי פאקטן, נישט קיין ציונות, נאר פשוט, דערציילונגען פון צדיקים, וואס שטארקט דאס אידישע גייסט, ווייל די אלע קריגערייען, פאלאטיק, קומט גארנישט ארויס פאר קיינעם קיין ריוח, און ווען איינער קומט דא אן, געוויינטליך איז עס כדי זיך אביסל אויסליפערען פון אנגעשטרענגטע ארבעטען.
א איידעלער מענטש איז נישט אינטערסירט צו זעהן קריגערייען.
אזוי ווי א ספרים סטאר, טייל קויפן ספרי פוסקים, טייל קויפן סיפורי צדיקים, טייל קויפן ליידער טריפה ביכלעך, טייל קלויבן פאשקעווילען.
די זעלבע זאך, קענען נישט ניצן די אלע סארט מענטשען, די זעלבע וויקיפידיע, דאס זענען מענטשן פון אנדערע סחורה געשניטן.
זיך שלאגן און געוואונען
רעדאַקטירןאונז זאל מיר אלע בלייבן דא, יעדער זאל מסכים זיין נאר צו איין וועג, און אונז וועל מיר זיך קריגען ביז איינער וועט געוואונען.
געמישט פון ביידע
רעדאַקטירןאונז זאל מיר אנעמען די פאליסי פון בריטיש און אמעריקאניש ענגליש.