װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/מערץ ארכיוו 2011

נייער וויקיפעדיע לאגא

רעדאַקטירן

איך האב דערהיינטיגט דעם לאגא וואס געפינט זיך אויף יעדן בלאט אין דער הייך רעכטס צו ניצן דעם נייעם לאגא, אזוי ווי די אנדערע וויקיפעדיעס. --פוילישער 12:22, 11 מערץ 2011 (UTC)[ענטפֿער]

דרוק ווערסיע

רעדאַקטירן

אויב עס איז מעגליך זאל מען שאפן ביי יעדן בלעטל א "גירסט להדפסה = פרינט ווירדזשין" כדי עס זאל נישט מיטקומען אלע לינקס און די מעלדונגען אז עס איז א שטומף אא"וו.ציגרעטל 15:33, 17 מערץ 2011 (UTC)[ענטפֿער]

ס'איז דא אזא זאך אין אנדערע וויקיפעדיעס? --פוילישער 17:07, 17 מערץ 2011 (UTC)[ענטפֿער]
עס דאכט זיך מיר אז איך האב עס אמאל געזעהן ערגעצוואו אינעם העברעאישן וויקי. אבער אפי' נישט קענט איר עס זעהן אויף איי-וועלט, און ס'איז זייער א געשמאקע נוצבארע זאך.
איך גלויב אז עס דארף נישט זיין צו שווער צו מאכן ציגרעטל 16:26, 27 מערץ 2011 (UTC).[ענטפֿער]
וואס איז מיט דער דרוק ווערסיע אין דעם געצייג קאסטן (צו רעכטס)? דאס טויגט אפשר? --פוילישער 17:34, 27 מערץ 2011 (UTC)[ענטפֿער]
עס איז נישט גוט ווייל אלע לינקס פון אויבן און אונטן קומען מיט. איך וויל א ווערסיע וואס אנטהאלט דייקא נאר דעם טעקסט ציגרעטל 18:10, 27 מערץ 2011 (UTC)[ענטפֿער]
ס'איז טאקע נישט גוט ווען עס קומט מיט אלע לינקס, דעריבער פיר איך זיך צו קאפירן דעם טעקטס זעלבסט צו א ווארד פייל און אזוי דרוק איך עס ארויס.
אבער עס וואלט זיכער געווען מער געוואונטשן אז מ'זאל עס קענען ארויסדרוקן פון וויקיפעדיע זעלבסט, אויב מ'קען פראדוצירן אזא סארט זאך. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 24.46.129.57 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.