װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/דעצעמבער ארכיוו 2009
שאלה
רעדאַקטירןאין באשברייבונג' פונעם חיד"א, זיינע ספרים און אויך ביים חיד"א, איז דא א קעסטעל וואס רעכענט אויס די ספרים פון חיד"א, וויאזוי קען מען פארעכענטן און צושרייבן, אויבער אראפ נעמען פון דעם קעסטעל ????? --יודישער שרייבער 16:28, 10 דעצעמבער 2009 (UTC)
- דאס קעסטל קען מען רעדאקטירן דא.--פוילישער 17:17, 10 דעצעמבער 2009 (UTC)
ענדערן דעם הױפּט־בלאַט
רעדאַקטירןאיך מײן אַז ס'װאָלט בעסער געװען צו פֿאַרקלענערן דער אינהאַלט פֿונעם הױפּט־בלאַט צו װײניקער קאַטעגאָריעס און צו מער װערטיקע קאַטעגאָריעס. אױך האַלט איך מ'זאָל מאַכן די לינקען צו אַ גאַנצע קאַטעגאָריע אַנשטאָט צו עפּעס אַן אײנציקן אַרטיקל. איך האָב דערװײַל עס געמאַכט אױף אײן שורה (זע די בילד) איך װיל עס מאַכן פֿאַר דעם גאַנצן אינהאַלט. װײַל דער אינהאַלט האָט צו פֿיל אַרטיקלען, און רוב פֿון זײ זײַנען ניט פֿאַרטיקע אַרטיקלען. בעסער װײַזן װײניק און געבן פֿיל װי װײַזן פֿיל און געבן װײניק. אױב איר זײַט מיט מיר קען מען ממשיך זײַן. ►רוני◄ 15:31, 12 דעצעמבער 2009 (UTC)
- מסכים יא מ'זאל באגרענעצן די צאל פון קאטעגאריעס, היינט זענען דא צופיל. --פוילישער 00:26, 13 דעצעמבער 2009 (UTC)
- מסכים מיט אלעס וואס די טוטס פארן הילף פון וויקי--יודישער שרייבער 15:43, 13 דעצעמבער 2009 (UTC)
פֿאַרבעסערן דעם הױפּט־בלאַט
רעדאַקטירןקודם־כּל קומט אונדז אַ מזל־טובֿ, די דײַטשישע װיקיפּעדיע האָבן אױסגעקליבן די ייִדישע װיקיפּעדיע װי אַן אינטערװיקי צו זײער הױפּט־זײַטל (אָבער נישט די העברעישע װיקיפּעדיע :)). יעצט, האָב איך געקלערט מ'זאָל אַרױפֿברענגען אַ פּאָר נײַע קעסטלעך צו דער הױפּט־זײַט. אַז מען קוקט אױף דעם הױפּט־זײַטל פֿון דער דײַטשישער װיקיפּעדיע, קען מען זען אַז זײ ברענגען אַ קעסטל פֿון יאָרצײַטן, און פֿון אַן אױסדערװײלטן אַרטיקל, און אַ קעסטל פֿון חידושים װעלכע הײסט "שױן געװוּסט?". די אַלע קעסטלעך דאַרף מען ניט דערהײנטיקן טעגליך, און זײ קענען זײַן פֿאַר אונדז פּאַסיק. למעשׂה אַן "אױסדערװײלטע אַרטיקלען" האָבן מיר שױן. קען מען נאָר צולײגן "יאָרצײַטן" און "שױן געװוּסט?". װאָס זאָגט איר? האָט איר אפֿשר נאָך אַנדערע געדאַנקען װאָס אַרױפֿצוברענגען צו דער הױפּט־זײַט? אפֿשר לײגן אַ בילד?... ►רוני◄ 00:20, 16 דעצעמבער 2009 (UTC)
- מ'דארף טאקע האבן נאך קעסטלעך אויף דער הויפט זײַט. גראדע א קעסטל "היינט …" האבן מיר שוין. --פוילישער 23:56, 16 דעצעמבער 2009 (UTC)
7000 ארטקילען
רעדאַקטירןמזל טוב! נעכטן אוונט (ח' טבת) האט די יידיש־שפראך וויקיפעדיע דערגרייכט 7000 ארטיקלען. דער 7000ער ארטיקל איז חנינא סגן הכהנים געשריבן פון אונזער פלייסיגסטן שרייבער, יוסל.
לאמיר יעצט גיין ווייטער אויף 8000 ארטקילען און נאך. דער לעצטער טויזנט האט געדויערט 9 חדשים. אפשר קען מען שאפן די נעקסטע 1000 ארטיקלען גיכער? --פוילישער 12:55, 25 דעצעמבער 2009 (UTC)
- מזל טוב ►רוני◄ 18:51, 25 דעצעמבער 2009 (UTC)
- ס'טוט זיך גארנישט אליין, א דאנק פאר אלע פלייסיגע אנטיילנעמערס --יוסל 21:24, 26 דעצעמבער 2009 (UTC)