תנ"כישער זאא באן סטאנציע

באן סטאנציע אין ישראל

קאארדינאטן: 31°44′41″N 35°10′37″E / 31.74472°N 35.17694°E / 31.74472; 35.17694 תנ"כישער זאא באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען סטאנציע אויף דער ירושלים - בית שמש פארשטאטישער באן ליניע וואס געפינט זיך אין מלחה, דרום-מערב ירושלים. די סטאנציע האט מען געעפנט דעם 9טן אפריל 2005.

באן סטאנציע
תנ״כישער זאא
גן החיות התנ״כי
סטאנציע
לאקאציע ירושלים
פֿארוואלטער ישראל באנען
פעראנען 1

היסטאריע

רעדאַקטירן

די ירושלים - תל אביב באן ליניע איז געעפנט געווארן אין די אטאמאנער צייטן, און זייט דעמאלסט געפינט זיך אויף דעם ארט א באן סטאנציע. אין אויגוסט 1998 האט אויפגעהערט די פאסאזשירן דינסט אויף דער ליניע קיין ירושלים.

נאך דעם האט מען באנייט די באן ליניע פון תל אביב קיין בית שמש, און אום 13טן סעפטעמבער 2003 האט מען ווידערגעעפנט די סטאנציע. דעם 9טן אפריל 2005 האט מען געעפנט דעם טייל פון דער ליניע קיין ירושלים מיט צוויי נייע סטאנציעס, תנ״כישע זאא און ירושלים-מלחה. פון 2006 ביז 2008 איז די רוטע געווען צעשפאלטן אויף צוויי, און מען האט געדארפט בייטן באנען אין בית שמש. זייט 15טן מערץ 2008 האט די באן געפארן פון ירושלים קיין תל אביב. היינט איז די רוטע ווידעראמאל צעשפאלטן און די באנען פארן נאר צווישן ירושלים און בית שמש.

באדינונג

רעדאַקטירן
  • פינעף באנען גייען ארויס פון דער סטאנציע אין ביידע ריכטונגען זונטיק ביז דאנערשטיק ווען דער זאא איז אפן.


  פֿריערדיגע סטאנציע    ישראל באנען     פֿאלגנדע סטאנציע  
מלחה   ירושלים-בית שמש
פארשטאטיש
  בית שמש

װעבלינקען

רעדאַקטירן