תהלות ברוך
תהלות ברוך איז א ספר וואו עס ווערט באשריבן די תולדות פון רבי'ן ר' ברוכ'ל פון מעזשביזש, אן אייניקל פונעם בעל שם הקדוש, און ווי אויך אויסטייטשונגען אינעם דרך החסידות, עפ"י תורת הרבי ר' ברוך.
דער מחבר איז משה אהרן ברייטעך, וואס איז א תלמיד און חסיד פונעם פשעמישלער רבין רבי שמואל טייך, א דאפעלטער אייניקל פון רבי ר' ברוכ'ל. און דאס גאנצע ספר האט ער געשריבן לויט דער אויפאסונג פון זיין רבי'ן.
ס'איז ערשינען אין יאר תשס"ב.
דאס ספר אנטהאלט הונדערט ניין און פופציג זייטן.