תנחום קאפלאן

(אַריבערגעפֿירט פון תּנחום קאפּלאן)

אַנאַטאָלי (תּנחום) קאַפּלאַן (רוסיש: Анатолий Львович Каплан) - געבױרן דעם 10טן יאַנואַר 1903 אין ראָגאַטשעװ, מאָלעװער גובערניע (רוסלענדישע אימפּעריע - איצט אין װײַסרוסלאַנד); געשטאָרבן דעם 3טן יולי 1980 אין לענינגראַד (איצט פּעטערבורג אין רוסלאַנד).

תנחום קאפלאן
קיין פריי בילד
געבורט 10 יאנואר 1903
ראגאטשאוו, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 יולי 1980 (אלט 77)
פעטערבורג, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אַ באַקאַנטער סאָװעטיש-ייִדישער גראַפֿיקער, מאָלער און סקולפּטאָר. ער האָט געשאַפֿן אַ היפּשע צאָל קינסטלערישע װערק (איבערהױפּט ליטאָגראַפֿיעס) לױט די מאָטיװן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר, אַרײַנגערעכנט די סעריע "ייִדישע פֿאָלקסלידער", די אילוסטראַציעס צו שלום-עליכמס ביכער "טעוויע דער מילכיקער", "סטעמפּעניו", "דאָס פֿאַרכישופֿטע שנײַדערל" וכדומה.


אַ חוץ כלערלײ קינסטלערישע אױסשטעלונגען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָט תּנחום קאַפּלאַן אױך אָנטײלגענומען אין העכער 25 ענלעכע אונטערנעמונגען אין אױסלאַנד, בתוכם די אױסשטעלונגען לכבוד דעם 100סטן געבורטסטאָג פֿון שלום-עליכם אין ניו-יאָרק (1959) און פּאַריז (1960); די אױסשטעלונגען אין לאָנדאָן (1961), טאָרינאָ און מילאַן (1962); לאָס-אַנזשעלעס (1963); װענעדיג (1966); רױם, פּראָג, באַזעל (1967); לײַפּציג, בראַונשװײַג (1971) און אַזױ װײַטער.

וועבלינק

רעדאַקטירן