שפרה כאלאדענקא

יידיש־רוסישע דיכטערין

שפרה כאָלאָדענקאָ (רוסיש: Шифра Холоденко; ‏1909 – 1970) איז געווען אַ ייִדישע דיכטערן.

שפרה כאלאדענקא
קיין פריי בילד
געבורט 1909 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1970 (אלט 61 בערך)
מאסקווע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט מאָסקווע שטאַט אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, שרייבער
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

שפרה כאָלאָדענקאָ איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף רודניע פון דער וואָלינער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע (איצט – אין באַשטאַנד פונעם קאָראָסטענער ראַיאָן פון דער זשיטאָמירער געגנט פון אוקראַיִנע). איר עלטערער ברודער איז געווען דער באַרימטער ייִדישער דיכטער דוד האָפשטיין. שפרה כאָלאָדענקאָ האָט פאַרענדיקט דעם פיזיש-מאַטעמאַטישן פאַקולטעט פונעם מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט. אַלס דיכטערן האָט זי דעביוטירט אין 1922 אויף די שפּאַלטן פונעם זשורנאַל "שטראָם". באַנאַנד מיט ייִדיש האָט זי געשריבן לידער אויך אויף רוסיש, איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פון אַנדערע ייִדישע דיכטער, בתוכם פון איר ברודער דוד האָפשטיין.

שפרה כאָלאָדענקאָ איז געשטאָרבן אין מאָסקווע.


  • לעבן, קיִעוו, 1937
  • גאַנץ פרי, מאָסקווע, 1940
  • אונדזער קראַפט, מאָסקווע, 1947
  • Близкий человек, Москва. 1960
  • דאָס וואָרט, מאָסקווע, 1974


וועבלינקען

רעדאַקטירן