שניי-מאביל
א שניי מאביל (ענגליש: Snowmobile) איז א מאטאר פארמיטל וואס ווערט געבויט צו פארן אין שניי. אין פארווייטערטע געגענטער וואו עס פאלט גאר אסאך שניי, איז א שניי-מאביל די איינציגסטע וועג פון לאקאלע טראנספארטאציע און איז טאקע אויסגעטראפן געווארן דורך אן אינווענטאר וואס האט געוואוינט אין אזא ארט. א שניי-מאביל ווערט ביי מאנכע גענוצט נאר פאר שוואויל טאג און אויף געוויסע שניי אטראקציע ערטער קען מען דאס דינגן פאר א קורצע צייט.
היסטאריע
רעדאַקטירןגעווען איז עס א מענטש מיט'ן נאמען דזשאסעף באמבארדיער וועלכער האט געוואוינט אין די קליין שטעטל וואלקאורט אין קוויבעק, קאנאדע, וועלכער איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק צו מאכן א שניי-מאביל פאר מענטשן צו פארן אין די שניי. אין זיין שטעטל האט מען נישט געקענט נוצן אן אויטא אין די ווינטער און זינט ער איז געווען אן אינדזשעניר האט ער זיך גענומען צו די מלאכה און פראדוצירט א שניי-מאביל מיט די אייגענע הענט אין 937'.
אבער באמבארדיער איז נישט געווען דער ערשטער מענטש צו מאכן א שניי-מאביל. צוריק אין 924' האט א מענטש מיט'ן נאמען קארל אליאסאן מאדיפיצירט א פארד מאדעל אויטא צו א שניי-מאביל אין וויסקאנסין. אליאסאן האט געמאכט א פאטענט אויף זיין ארבעט און ער האט אנגעהויבן צושטעלן מאדיפיצירטע אויטאס וועלכע'ס רעדער זענען אויפגעטוישט געווארן מיט אייזערנע טרעקס וועלכע האט געלאזט דעם אויטא פארן אויף שניי. אבער יענע אויטאס זענען נאר גוט געווען פאר די טרוקענע שניי אין וויסקאנסין און מינעסאטע. די אייזערנע טרעקס האבן זיך נישט געקענט באוועגן אין די צפון מזרח שנייען אדער אלאסקא וועלכע זענען מער א נאסע שניי.
באמבארדיער האט גענומען זיין געדאנק פון מיליטערישע טאנקן וועלכע האבן קעטערפילער טרעקס וועלכע האלט זיך זייער גוט אויף סיי וואס. באמבארדיער'ס ערשטע מאדעלן זענען געווען פאר 7 אן 12 פאסאזשירן און איז מער ווייניגער געווען ווי א מיליטערישע טאנק אן מוניציע. אין 959' האט באמבארדיער דעזיינט די ערשטע קליינע אפענע שניי-מאביל וועלכע איז היינט באקאנט אלס די סקי-דו. צענדליגער פירמעס זענען נאכגעשפרינגן מיט די זעלבע זאך און ביז 5 יאר איז פארקויפט געווארן איבער 2 מיליאן אזעלכע מאדעלן אין צפון אמעריקע. אבער רוב פירמעס זענען געגאנגן באנקראט אין 973' ווען די אויל קריזיס האט אויסגעבראכן און 4 גרויסע פירמעס זענען עווענטועל פארבליבן די פראדוצירער פון שניי-מאבילן. זיי זענען: באמבארדיער, ארקטיק קעט, יאמאהא, און פאלאריס. באמבארדיער איז עד היום פארבליבן די גרעסטע אין שניי-מאבילן און איז שפעטער געווארן פון די וועלט'ס גרעסטע באנען און פליגער פראדוצירער. אין 2005 האט באמבארדיער פארקויפט איר סקי-דו אפטיילונג.
די מארקעט פאר שניי-מאבילן איז ארגינעל נאר געווען פאר די פלעצער וואו עס איז נישט געווען עפעס אנדערש וויאזוי צו פארן אין די ווינטער. אין אלע ארקטיק שטעטלעך און אין אלאסקא איז דאס געווען די איינציגסטע וויעהקל פאר די ווינטער. מיט די יארן האבן אויך דרום איינוואוינער אנגעהויבן קויפן שניי-מאבילן פאר די אינטרעסאנטקייט דערפון. א שניי-מאביל קען פארן אויף אלע סארט שניי און פארט ארויף בערג פיל גרינגער ווי אן אויטא. אין אלע שנייאיגע שטעט זענען פאראן ספעציעלע פלעצער וואו מענטשן קומען מיט די שניי-מאבילן און פארן ארום אין גרופעס אדער דינגן דאס פון רעזארט פירמעס און נעמען א רייד דערמיט. היינטיגע שניי-מאבילן נעמען ווייניג בענזין און קענען דעגרייכן א שנעלקייט פון 120 מייל פער שטונדע. פארשטייט זיך אז נאר אין די סטעיטס וואו עס שנייט איז פאראן א מארקעט.
ענווייראמענטאלע זארג
רעדאַקטירןזינט אויטאס ווערן גענוצט אין אלע שטעט האט מען איינגעשטעלט א הייעוועי סיסטעם און ראודס אין אלע טעריטאריעס וועלכע זענען דעזיינט צו באהאנדלן די טראפיק פון אויטאס. אן אויטא מעג נישט פארן דארט וואו עס איז נישט פאראן קיין ראוד און אין רוב פעלער וועט עס נישט קענען פארן. שניי-מאבילן גייען אבער נישט אריין אין די קאטעגאריע פון אויטאס און איינער וואס האט א שניי-מאביל קען נעמען א רייד וואו אימער ער וויל אזוי לאנג ווי ער פארט נישט אויף א צווייטענ'ס טעריטאריע אדער שטערט אנדער מענטשן.
דאס איז אבער א פראבלעם פאר די ענווייראמענט ווייל עס זענען פאראן צענדליגער מיליאנען אקער לאנד וועלכע די רעגירונגן באשיצן אנגעהויבן פון פרוכט פעלדער ביז טעריטאריעס פון פארשידענע באשעפענישן פון וועלכע עס מאנגעלט. די שניי-מאבילער פארן ארום איבעראל און שעדיגן די שטחים דורך צוטרעטן די געוואוקסן אדער דורך ארויסלאזן שעדליכע אפאלן וועלכע זענען א סכנה פאר באשעפענישן וואס דרייען זיך דארט. אויסערדעם פלעגן די אלטע שניי-מאבילן מאכן א שטארקע גערודער וועלכע האט געשטערט מענטשן און האבן דערשראקן חיות וועלכע זענען אנטלאפן. היינט זענען שניי-מאבילן שטילער און דער פראבלעם איז שוין נישט רעלאטיוו.
די רעגירונגן פון אמעריקע און קאנאדע פרובירן רעגולירן די שניי-מאבילער צו ראיאנען וואו זיי זאלן יא אדער נישט קענען פארן. אבער זינט זיי פארן אין די וועלדער און פעלדער קען מען נישט האלטן קיין קאנטראל אויף זיי און די דרייווער טוען וואס זיי ווילן. מען שאצט אז אין די צפון שטעט איז פאראן ארום 4 מיליאן שניי-מאבילער און דער נומער איז נאך העכער אין קאנאדע.
זיכערהייט
רעדאַקטירןשניי-מאבילן זענען אסאך פארבעסערט געווארן במשך די יארן. עס איז געווארן לייכטער און האט באקומען שנעלערע גיכן צו די צופרידנהייט פון די דרייווער. אבער אין דער זעלבער צייט איז די זיכערהייט נאר געווארן ערגער ווייל שניי-מאבילער ווערן נישט געהעריג קאנטראלירט און זיי פארן אויף גאר שנעלע ספידס וועלכע טרייבט ארויף די נומער פון פאטאליטעטן יעדעס יאר. עס פאסירן עקסידענטן צווישן שניי-מאבילן און עקסידענטן אין וועלכע די שניי-מאבילער קראכן אין ביימער, הייזער, אויטאמאבילן, אדער פאלן אריין אין אייז.
א שניי-מאביל וועגט בערך 600 פונט און איינמאל עס פארט שנעל איז עס שווער אפצושטעלן ווייל עס פארט אויף שניי אדער אייז. אין אסאך עקסידענטן פארלירן די דרייווער קאנטראל און זיי פאלן אראפ פון די שניי-מאביל וועלכע איז טויטליך ווען מען פארט אזוי שנעל. די שניי-מאבילער פארן גאר שנעל אויף אפענע פעלדער און ווען זיי טרעפן אן א בוים קענען זיי דאס נישט שטענדיג אויסמיידן. טיילמאל פאלן זיי אראפ פון הויכע בערג אדער גלישטן זיך אריין אין טאלן פון וואו זיי קענען מער נישט ארויסקומען און א העליקאפטער דארף אריינגערופן ווערן זיי ארויסצונעמען. א פאפולערע שניי-מאביל רייד איז אויף פארפרוירענע לעיקס וואו עס מאכט זיך אסאך אז די אייז ברעכט זיך אונטער אין די שניי-מאביל פאלט אריין אין וואסער.
אין אלע שטעט און פראווינצן וואו שניי-מאבילן זענען פאפולער זענען פאראן שניי-מאביל וועגן (טרעילס) וועלכע זענען ספעציעל געמאכט פאר זיי און די ספיד און אנדערע פאקטארן ווערן קאנטראלירט. די ספעציעלע וועגן קען מען אפט מאל זען ביי די זייט פון הייעוועיס אין די שטעט וואו עס פאלט אסאך שניי. און ניו יארק לויפט אזא וועג ביי די זייט פון די אינטערסטעיט 87 צווישן אלבאני און לעיק דזשארדזש. אבער נישט יעדער גייט אויף די ספעציעלע וועגן און פארן ארום אויף לעיקס אדער אפענע פעלדער און בערגיקע ראיאנען אויף גאר שנעלע ספידס.
שניי-מאבילער דארפן זיך אנטאן מיט ספעציעלע קליידונג וועלכע זאל זיי באשיצן פון די ווינטן און גערודער און אזוי אויך די קעלט. די מאנטלן מיט וועלכע זיי קליידן זיך איז געמאכט פון וואסער-פרופ ניילאן וועלכע איז ווארים און לאזט נישט אדורך די קעלט ווען אין דער זעלבער צייט וועט די סחורה בטבע ארויס טראגן אינערליכע נאסקייט וועלכע דער מענטש אנטוויקעלט. לויט'ן געזעץ דארף יעדער שניי-מאבילער אנטאן א העלמעט וועלכע איז ענליך צו די העלמעט'ס וועלכע דרייווער פון מאטאר-ביציקלעך טראגן. די העלמעט דארף אויך האבן ווארימע מאטריאל און א ספעציעלע פילטער וועלכע מאכט די אריינקומענדיגע לופט אביסל ווארימער און טראגט ארויס די ווארימע אטעם עס זאל נישט דעגרייכן די גלאז און שטערן דאס זען.
די שניי-מאבילער האבן זיך במשך די יארן אנטוויקעלט א סיגנאל סיסטעם מיט וועלכע זיי קאמיוניקירן איינע פון די אנדערע צו פארמיידן עקסידענטן. די שניי-מאבילן זעלבסט האבן נישט געהעריג קיין סיגנאלן און אפילו אויב יא איז דאס נישט קיין סאך ווערט ווייל עס קען נישט געזען ווערן ווען מען פארט שנעל ווייל עס שפריצט שניי פון אונטער דעם.
די מאשין
רעדאַקטירןא שניי-מאביל איז בעיקר צוזאמענגעשטעלט פון פיר טיילן: א מאטאר ענליך צו אן אויטא מאטאר, א קלאטש סיסטעם, די טרעקס, און סקי אייזענעס. דער גאנצער פארמיטל איז אפן אבער עס האט א ווינדשילד ווי מאטאר ביציקלעך מיט א ווייפער צו שארן די שניי. עס פארמאגט אויך העדלייטס צו באלייכטן ווען עס איז טונקל און אלס א סיגנאל צו אנדערע שניי-מאבילן, אויטאמאבילן, און מענטשן, אז עפעס קומט צו פארן.
דער מאטאר איז דירעקט באהאפטן צו א טרעק דרייוו וועלכע פארמאגט ציינדלעך וועלכע זענען אריינגעשטעקט אין די טרעקס און ווען די ענדזשין ארבעט דרייען זיך די טרעקס. עס זענען פאראן עטליכע גירס און א קלאטש סיסטעם ערמעגליכט זיי צו טוישן. אבער די קלאטש סיסטעם ארבעט אנדערש ווי ביי אן אויטא ווייל א שניי-מאביל דארף האבן מער קראפט (פערצענטועל) אנצוהייבן פארן ווי אן אויטא וועלכע פארט אויף אן אויסגעפלאסטערטע ראוד און דארף האבן ווייניגער קראפט צו פארשנעלערן די ספיד זינט עס פארט אויף שניי און גליטש פון זיך אליינס. א שניי-מאביל איז אויך געמאכט ארויפצוקלעטערן א הויכן בארג און דעמאלט דארף מען האבן א נידעריגע גיר אבער דאס מערסטע קראפט.
די טרעקס זענען געמאכט פון הארטע ראבער און נישט פון אייזן ווי מיליטערישע טאנקן וועלכע דארפן קענען פארן אויף סיי וואס און האלטן גאר שווערע וואג. דער שניי-מאביל איז א לייכטע וויעהקל און פארט בעיקר אויף שניי און ראבערנע טרעקס איז דאס בעסטע דערפאר. א טרעק פארשפרייט די וואג אז דער שניי-מאביל זאל נישט זינקן און וועט שטענדיג האבן טרעקשן ווייל די טרעקס זענען צוזאמענגעשטעלט פון אסאך באזונדערע שטיקער וועלכע לאזן זיך בייגן לויט וואס ליגט אונטער דעם.
פארענט זענען פאראן צוויי סקיס וועלכע זענען פלאכע אייזענס וועלכע פירן דעם וועג. ווען דער דרייווער דרייט דעם הענטל וועלן זיך די צוויי סקיס דרייען די זעלבע וועג און דער וויעהקל וועט זיך דרייען. עס זענען פאראן פארשידענע סארט סקיס געוואנדן לויט וואספארא סארט שניי אדער פלאץ וואו מען וועט פארן דערמיט. ברייטע סקיס זענען געמאכט פאר אפענע פלעצער און העלפט האלטן דעם שניי-מאביל אויף די ווייכע שניי און שמאלע סקיס זענען געמאכט פאר ערטער וואו מען דארף זיך אסאך דרייען וועלכע איז גרינגער אויב די סקיס זענען שמעלער ווייל עס גייט אריין אין די שניי און האלט א בעסערע טרעקשן.
דער שניי-מאביל פארמאגט פארגעשריטענע שאק איינזאפער ווייל דער וויעהקל ווערט גענוצט אין עקסטרעמע נסיעות איבער בערג און טאלן, וואסערן און טרוקעניש, און דאס באשיצט דעם דרייווער פון די אימפאקט פון די אלע אויפשאקלונגן.
א שניי-מאביל קען זיין א נוצבארע זאך אין פלעצער וואו מען קען נישט אנדערש פארן און קען אויך זיין א שפילצייג. אבער מען דארף וויסן אז עס קען זיין זייער געפארפול. צענדליגער מענטשן שטארבן יעדעס יאר פון עקסידענטן און גאר אסאך ווערן פארוואונדעט. צו קענען דרייוון א שניי-מאביל דארף מען האבן אסאך ערפארונג און אויב האט מען דאס נישט איז ראטזאם מען זאל זיך באנוצן דערמיט פאמעליך.